שאלה אין קורצן ענין
#1 - מיין בחור קומט אהיים פון ישיבה, ווי אזוי געב איך זיך אן עצה מיט אים?
חינוך הילדים, בחור, נקודות טובות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס קומט בין הזמנים, און אונזער בחור קומט אהיים פון ישיבה פון אויסלאנד, ער איז א שווערער בחור וואס איז שווער זיך אויסצוקומען מיט אים, און יעדע בין הזמנים ווען ער קומט אהיים ליידן מיר אסאך פון אים. אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א אונז געבן הדרכה ווי אזוי אים אויפצונעמען און ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט אים?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת האזינו, ז' תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נעם די עצה פון רבי'ן, די עצה פון אזמרה; זוך אויף אין אים גוטע זאכן, גוטע נקודות. דו צוזאמען מיט דיין ווייב זאלן זוכן אין אים גוטע זאכן און מאכן דערפון אן עסק, איר זאלט באמת זיין איבערצייגט אין די גוטס וואס ער האט וועט איר נישט ליידן פון אים און ער וועט נישט ליידן פון אייך, אבער כל זמן איר וועט קוקן אויף זיינע שווערע נאטורן, ער וועט שפירן אז טאטע און מאמע האלטן נישט פון אים, וועט איר ליידן פון אים און ער וועט ליידן פון אייך; איר דארפט רחמנות האבן אויף אים וועט ער זיך קענען טוישן צום גוטן.


(דאס איז פשט פארוואס מען זעט קינדער וואס זענען זייער וואויל אין שטוב און אין חדר זענען זיי נישט גוט, אדער פארקערט - אין חדר זענען זיי גוט אבער אין שטוב ליידט מען פון זיי, ווי קען זיין אז דער זעלבער קינד זאל זיין פארקערט? דאס איז ווייל אין שטוב האלט מען פון אים, וועט ער זיך צושטעלן און זוכן ווי ער קען זיין בעסער, בשעת וואס אין חדר קוקט דער מלמד אויף אים שלעכט וועט דער קינד זיך נישט צושטעלן, און אזוי אויך פארקערט).


פון ווען ער קומט אהיים זאלט איר אים אויפהייבן און אים געבן כבוד, וועט ער פרובירן צו זיין נאך בעסער. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רב): "כָּל מִי שֶׁשִּׂכְלוֹ קָטָן בְּיוֹתֵר, צָרִיךְ לַחֲלֹק לוֹ כָּבוֹד בְּיוֹתֵר", ווער עס האט ווייניג שכל דארף מען אים געבן מער כבוד, "כִּי כָּל מַה שֶּׁשִּׂכְלוֹ יוֹתֵר קָטָן, הוּא יוֹתֵר חָפֵץ בְּכָבוֹד", ווייל ווי ווייניגער שכל מען האט אלץ מער דארף מען כבוד; זאלט איר אים שטענדיג הייבן, וועט ער וועלן זיין נאך מער, ער וועט זיך פירן צו אייך מיט דרך ארץ.


איך זאג דיר נאכאמאל, מיט דעם וועג פון "אזמרה" וועסטו מצליח זיין; עס ארבעט וואונדערליך, עס איז אן עצה סיי פאר עלטערן מיט קינדער און סיי פאר מחנכים צו מצליח זיין מיט תלמידים, אזוי ווי דער רבי פירט אויס (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רפב) אז דאס איז פשט וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת יא.): "בֶּאֱמֶת אָמְרוּ הַחַזָּן רוֹאֶה הֵיכָן תִּינוֹקוֹת קוֹרְאִין", ווער עס איז א חזן ער קען מאכן ניגונים; דער וואס קען ארויסנעמען דאס גוטס פון יעדן תלמיד דער קען מאכן די קינדער זאלן לערנען און דאווענען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.