שאלה אין קורצן ענין
#1 - מיין ברודער האט אוועק געגליטשט, ווי אזוי קען איך העלפן מיינע עלטערן?
כיבוד אב ואם, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א ברודער וואס האט ליידער אוועק געגליטשט פון אידישן וועג, און מיינע עלטערן האבן גאר אסאך צער פון דעם, דאס הרג'ט זייער לעבן, וואס קען איך טון זיי צו העלפן לינדערן זייער אומגעהויערע צער?


יישר כח פאר אלעס.


דוד

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד דוד נרו יאיר


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר אז זייער אסאך משפחות גייען אריבער דאס וואס איר גייט אריבער, עס פאלן ליידער אוועק זייער אסאך בחורים און מיידלעך פון ערליכע שטובער, און עלטערן ווערן אויפגעגעסן פון גרויס צער.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין פסחים נד:): "גְזֵירָה עַל הַמֵּת שֶׁיִּשְׁתַּכַּח מִן הַלֵּב", דער אייבערשטער האט געמאכט אז ווען א מענטש ווערט נפטר ווערט דאס פארגעסן פון הארצן, אבער ווען א מענטש גייט אוועק פון דרך התורה והמצוות, ער לעבט, נאר זיין נשמה איז נעבעך בבחינת מת, דאס קען מען נישט פארגעסן. עלטערן עסן זיך אויף לעבעדיגערהייט, ביז עס איז דא נעבעך עלטערן וואס גיין אראפ פון זינען פשוט כמשמעו, השם ירחם.


דאס וואס איר פרעגט וואס איר קענט טון צו העלפן אייערע עלטערן זיי זאלן זיך נישט אזוי מצער זיין אויף אייער ברודער, וואס איז נעבעך אוועק פונעם דרך התורה והמצוות; צוויי זאכן קענט איר טון, איינס – אויפבויען אייער שטוב, זייט מחנך אייערע קינדער, געבט זיי ווארעמקייט און ליבשאפט, זיי זאלן אויסוואקסן געזונטע ערליכע אידן, אויך זאלט איר אריבער גיין מיט די קינדער צו אייערע עלטערן פון צייט צו צייט. דאס וועט זיי צוגעבן א שטיק געזונט, זעענדיג ווי עס ציט זיך פון זיי שיינע דורות. צווייטנס - איר זאלט אסאך מתפלל זיין פאר אייער ברודער, ווייל תפילה איז למעלה מדרך הטבע, תפילה איז למעלה מן השכל. דער 'שכל' זאגט אז עס איז שוין נישט דא וואס צו טון, אבער תפילה איז למעלה מן השכל, מיט תפילה קען מען יא טון, מען קען יא זוכה זיין צו א ישועה.


די 'טבע' זאגט אז דאס איז עס, מען קען גארנישט טון, קומט תפילה און זאגט אז מען קען יא צוריקברענגען אייער ברודער. דערפאר האט דער הייליגער רבי גערעדט אזוי פיל פון תפילה, ווייל תפילה איז מגלה אז עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט, נאר דער איין איינציגסטער באשעפער. תפילה איז מגלה אז עס איז נישט דא קיין טבע, מקרה מזל. תפילה איז מחבר א מענטש צום אייבערשטן, דאס קענט איר טון פאר אייערע עלטערן און פאר אייער ברודער.


אויך זאלט איר רופן אייער ברודער צו שבת סעודות; איך האב געהערט פון אינגעלייט וואס זענען געווען אריין געכאפט אין די מחלה פון דראגס (סמים) און זענען זיי ברוך השם ארויס דערפון, היינט פארציילן זיי וואס עס איז געווען די איינציגסטע זאך וואס האט זיי צוריק געברענגט, אז זייערע חתונה געהאטע געשוויסטער פלעגן זיי שיקן בילדער פון זייערע קינדער, זיי פלעגן גיין צו זייערע געשוויסטער שמועסן און זיך שפילן מיט די קליינע קינדער, דאס האט זיי געמאכט טראכטן אלעס אפצולאזן און צוריק קומען צום דרך התורה כדי זיי זאלן אויך האבן א שטוב מיט קינדער, זייער מחשבה האט זיי געפייניגט 'קוק די ברודער און שוועסטער, ווי שיין זייער לעבן איז, קער זיך צוריק צום אייבערשטן'. נאך לאנגע יארן האבן זיי טאקע אלעס איבערגעלאזט און זיך צוריק געקערט צום דרך התורה והמצות.


איך האב אויך געהאט מעשיות וואס אינגעלייט האבן מיר דערציילט, אז ווען זיי זענען געווען אין ישיבה האבן זיי שוין געוואלט אלעס אפלאזן, איין זאך האט זיי אפגעהאלטן פון אנטלויפן, ווען זיי פלעגן עסן שבתים ביי מיר און ביי אנדערע ברסלב'ער חברים, זיי האבן געזען א שיינע געשמאקע שטוב וואו דער טאטע און מאמע זענען זיך מכבד איינער דעם צווייטן וכו', דאס האט געמאכט זיי זאלן זיך גוט בארעכענען און נישט אנטלויפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן אייער ברודער זאל זוכה זיין צו תשובה שלימה און זיך צוריקקערן צום דרך התורה והמצות.