תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
צום ערשט וויל איך זיך זייער באדאנקען אויף די אלע שיעורים וואס דער ראש ישיבה געבט.
איך ווייס נישט וואס צו זאגן, איך האב זייער א שווער לעבן אינדערהיים, און נאר די שיעורים געבן מיר כח צו קענען אנגיין אין לעבן.
איך וויל פרעגן דער ראש ישיבה, איך ווייס נישט וואס צו טון, מיין ווייב האט מיר יעצט דערציילט אז זי איז געפאלן א קרבן אלס מיידל פאר איר זיידע, ער האט געטון מיט איר עבירות, מיר זענען שוין חתונה געהאט לאנגע יארן, ערשט יעצט האט זי מיר דערציילט די מעשה, און איך בין זייער פארלוירן, איך הער נישט אויף צו וויינען, איך ווייס ממש נישט וואס צו טון, אפשר קען מיר דער ראש ישיבה זאגן וואס צו טון, וואס טו איך?
איך ווייס אפילו נישט ווי אזוי צו שרייבן געהעריג די שאלה, דער ראש ישיבה זאל שוין אליינס פארשטיין וואס איך גיי אריבער.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת מטות-מסעי, כ"ו תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דו ביסט נישט דער איינציגסטער מיט דעם פראבלעם, ליידער ליידער הער איך דאס יעדן צווייטן טאג; אינגעלייט ווערן אויפגעטרייסלט ווען יארן נאך זייער חתונה ווערן זיי געוואר די שרעקליכע פאסירונג וואס האט פאסירט מיט זייער ווייב אין די יוגענט. עס ווערט זיי פארענטפערט שווערע פראגעס וכו', עס איז שוין פארשטענדליך פארוואס זי וויל נישט לעבן כדרך כל הארץ, זי וויל נישט לעבן אינאיינעם רחמנא לצלן; נאך לאנגע יארן טערעפי, נאך לאנגע יארן גיין צו וועם נאר נישט, וואס קיינער האט נישט קיין פתרון - ווערט עס יעצט פארענטפערט.
איך ווייס אז עס איז דיר יעצט געפאלן א באמבע; דו שפירסט זיך אזוי פארלוירן, דו ווייסט נישט וואס צו טון; דאך בעט איך דיר זייער זאלסט זיך נישט פארלירן. עס איז נישט עק וועלט, דער אייבערשטער איז זייער גרויס, פון יעדע פראבלעם איז דא א וועג ארויס. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט טון שלעכטס, גלייב אז דו קענסט פאררעכטן; דאס גייט אן ביי אלע אופנים, פון יעדע פראבלעם קען מען ארויסגיין.
די ערשטע זאך זאלסטו אנהייבן קוקן אויף דיין ווייב מיט רחמנות; קוק נישט אויף איר אזוי ווי דו האסט געקוקט ביז אהער, אז זי וויל נישט וכו', - ווייל זי וויל יא לעבן, זי וואלט ווען געוואלט זיין ווי אלעמען, זיין א געזונטע פרוי און לעבן וכו', אבער זי קען נישט, זי איז נישט געזונט; אז מען גייט אריבער וואס זי איז אריבער אלס קינד - קען מען נישט לעבן א געזונטע לעבן וכו'. טראכט נישט ווי אזוי דו פלעגסט טראכטן ביז אהער, אז זי איז נישט קיין נארמאלע פרוי וכו'; ווייל זי איז נעבעך געפאלן א קרבן פאר איר זיידע, זי איז נעבעך א גרויסע רחמנות, זי איז נישט שולדיג.
פארליר זיך נישט, ווער נישט ווילד; דאס אומרואיגקייט מאכט מען זאל נישט קענען ארויסגיין פונעם פראבלעם, ווייל אז מען איז אריין אין א צרה קען מען ארויסגיין פון די צרה; נאר דאס פארלוירנקייט און שרעק - לאזט נישט טרעפן די וועג ארויס.
מען זעט אמאל א קינד שטעקט אריין זיין קאפ אדער האנט צווישן צוויי אייזענעס און עס בלייבט דארט שטעקן, עס גייט נישט ארויס; דאס קינד שרייט: "ראטעוועט! איך בין שטעקן געבליבן צווישן די אייזן!" ווי מער נערוועז און דערשראקן דאס קינד איז - אלץ שווערער איז צו טרעפן די וועג ארויס; ביז עס קומט א רואיגער הצלה מאן, ער נעמט אוועק די שרעק, דעמאלט קען מען ארויסנעמען די קאפ אדער האנט; וואס דאס זאגט דאך דער שכל, אז די קאפ איז אריין דארף עס קענען ארויסגיין, אז די האנט איז אריין דארף עס קענען ארויסגיין, נאר וואס דען? וויבאלד דער מענטש ווערט פארלוירן, ער הייבט אן שלעפן, ער הייבט אן ווערן אומרואיג - דאס מאכט אז מען זאל נישט קענען ארויסגיין פון די צרה.
איז יעצט דאס וויכטיגסטע זאך איר אויפבויען, זי זאל צוריק באקומען א זיכערקייט אין זיך אליינס; ווייל ווען מען קומט אן אין די הענט פון א מניוול, ווער רעדט נאך ווען דער מניוול איז אין די משפחה; א זיידע, א פעטער וכו' - פארלירט מען דאס זעלבסטזיכערקייט, מען פארלירט אלעס. דאס באגלייט דעם מענטש אין זיין לעבן, עס לאזט נישט דעם מענטש גיין ווייטער, דעריבער זאלסטו איר אויפבויען.
עס וועט נישט גיין אין א קורצע צייט, עס וועט נעמען א לאנגע צייט; אויפבויען נעמט לאנגע יארן, זיכער ווען דער מענטש איז במשך לאנגע יארן צעבראכן און צעשאסן, איז זיכער אז דאס גייט נישט אין איין מינוט, אבער מיט סבלנות קומט מען אן. דו זאלסט איר געבן גוטע ווערטער, זאלסט איר שטענדיג הייבן, וועט זי ארויסגיין פון די פלאנטער, זי וועט ווערן געזונט און שטארק.
פארגעס נישט פון די עצה וואס דער הייליגער רבי האט אונז געלערנט, די עצה פון התבודדות, די עצה פון רעדן צום אייבערשטן; רעדן צו אים אין די אייגענע שפראך, אזוי ווי מען רעדט מיט א גוטער פריינט. זוך דיר א שטילע פלאץ, א ווינקל; דארט זאלסטו גיין טאג נאך טאג, דערצייל דעם אייבערשטן ווי דו מוטשעסט זיך, דערצייל אים די צער און ווייטאג פון דיין ווייב, ווי זי איז נעבעך גע'הרג'עט געווארן דורך איר זיידע דער מניוול רחמנא לצלן און יעצט קען זי נישט לעבן וכו', דערצייל דעם אייבערשטן ווי צעבראכן זי איז און ווי פארלוירן דו ביסט, וויין צו אים, נאר דאס וועט דיר העלפן; נישטא קיין אנדערע עצה, נאר די עצה פון תפילה. בעט דעם אייבערשטן פאר איר זי זאל קענען פארגעסן איר עבר, בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר געבן חכמה, בינה און דעת דו זאלסט וויסן ווי אזוי איר צו היילן, ווי אזוי איר צו הייבן, ווי אזוי איר אויפבויען.
תפילה איז דער לעזונג פאר יעדע פראבלעם, תפילה איז די שטערקסטע געווער; נישטא א זאך אויף די וועלט וואס מען זאל נישט קענען פועל'ן מיט תפילה. תפילה לייזט אויס דעם מענטש פון גלות, עס לייזט אים אויס פון אלע זיינע פראבלעמען. מיט תפילה וועט משיח אייננעמען די וועלט; ער וועט נישט שיסן קיין פאלווער, ער וועט נישט מלחמה האלטן מיט קיין באמבעס, דער רבי האט געזאגט: "משיח וועט אייננעמען די וועלט מיט התבודדות ותפילה", און מיט דעם נעמט דער הייליגער רבי איין די וועלט.
רעד נישט פון די מעשה מיט קיינעם; דער זיידע לעבט שוין נישט, וואס וועסטו אויפטון אז דו וועסט ארום גיין רעדן פון די מעשה? דו וועסט נאר פארשעמען דיין ווייב, אלע וועלן רעדן אונטער איר רוקן. טו וואס שטייט אין דעם בריוו, בוי איר אויף, רעד שיין צו איר.
דער עיקר זאלסטו איר פארשטיין; אז דו וועסט אריינטראכטן איר צער, איר ווייטאג - וועסטו דאס נישט אויסהאלטן, עס וועט דיר מער וויי טון איר צער ווי דיין צער וכו'; דעמאלט ווען זי וועט שפירן ווי דו מיינסט איר, דו שוינסט איר, וועט זי צוביסליך ווערן נענטער צו דיר וכו' וכו'.
געדענק, דער רבי האט געשריגן: "זייט אייך נישט מייאש, קיין יאוש איז גארנישט פארהאן!" (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח).
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.