שאלה אין קורצן ענין
#1 - מיין חבר'טע איז זייער צעבראכן, אפשר קענט איר געבן אביסל חיזוק?
שידוכים, כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל פון לאנדאן, ענגלאנד. און איך בין זיך מחיה מיט אייערע שיעורים אויפ'ן טעלעפאן, ווי אויך מיט די בריוו וועלכע געבן אזויפיל עצות און הדרכה אין לעבן.


איך האב לעצנטס געהאט א מעשה אז א מיידל פון מיין קלאס האט זיך אויסגערעדט איר הארץ פאר מיר אז זי לייד זיך צוזאם זייער שטארק אינדערהיים, אירע עלטערן שרייען גאר אסאך אויף איר, און וויפיל זי טוט נאר פאר זיי, זענען זיי קיינמאל נישט צופרידן. אויך האט זי זיך מיר אפגערעדט אז אירע עלטערן פארשעמען איר זייער אסאך אויף דעם וואס זי איז נישט גענוג דאר, און זיי זאגן איר אז זי וועט קיינמאל נישט קענען טרעפן א שידוך אזוי. זי שפירט ממש ווי אין גיהנום ווען זי איז אינדערהיים.


איך האב ממש רחמנות געהאט אויף איר, וואס זי מאכט נעבעך מיט אזוי סאך, איך האב פרובירט איר מחזק צו זיין, און אזוי ווי איך האב שוין געליינט אסאך בריוו ווי איר זענט מחזק אידישע קינדער, האט איך איר גע'עצה'ט אז זי זאל אייך שרייבן א בריוו, אפשר וועט זי באקומען חיזוק פון אייך, זי האט אבער נישט געוואלט שרייבן, דעריבער שרייב איך אייך דעם בריוו. אפשר קענט איר שרייבן עטליכע ווערטער פאר די מיידל איר מחזק צו זיין אין איר מצב וואס זי גייט אריבער.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך אז איר האט איר מחזק געווען, זי האט מיר געשריבן א בריוו.


איך מיין אז איר זאלט פארציילן די מעשה פאר אייער טיטשער אדער מנהלת, אפשר קענען זיי מחזק זיין די מיידל און איר בארואיגן אז זי וועט טרעפן א שידוך און עס איז נישט עק וועלט ווי אזוי זי זעט אויס וכו'. אפשר וועלן זיי רעדן צו אירע עלטערן און זיי אויפמערקזאם מאכן אז זייער טאכטער איז זייער צעבראכן אז מען שרייט אויף איר וכו'.


אז דער אייבערשטער האט געפירט אז זי האט זיך פאר אייך אויסגערעדט איר הארץ וכו' דארפט איר געדענקען וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מכילתא שמות יב, ז): "מִצְוָה הַבָּאָה לְיָדְךָ אַל תַּחְמִיצֶנָּה", אז עס קומט אונטער א מצוה זאל מען עס גלייך טון; דערפאר, אז די מיידל האט גענומען די קוראזש צו רעדן צו אייך, דארפט איר רעדן מיט איר און איר מחזק זיין אז א שידוך האט נישט צו טון ווי אזוי מען זעט אויס וכו', נאר אז א שידוך דארף ווערן וועט זיך דער גאנצע וועלט איבערדרייען אז דער שידוך זאל צושטאנד קומען. דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט, אז אמאל מאכט דער אייבערשטער א מלחמה צווישן צוויי לענדער נאר צוליב א שידוך וואס דארף ווערן; ווייל דער חתן וואוינט אין איין מדינה און די כלה וואוינט אין אן אנדערע מדינה און ביידע ווילן נישט זוכן א שידוך אין דער פרעמד, זיי ווילן נאר א שידוך פון זייער לאנד, מאכט דער אייבערשטער א מלחמה וכו' ביז דער שידוך ווערט.


ליידער דרייען זיך ארום נישט איין אזא מיידל צווישן מיידלעך, נאר הונדערטער אדער גאר טויזענטער מיידלעך וואס זענען ביי זיך אין הארץ אזוי צעקלאפט, יעדער מיט זיין מעשה; איינעם טשעפעט מען אז זי איז נישט אזוי דאר, א צווייטן טשעפעט מען אז זי איז נישט אזוי געלונגען ווי די שוועסטער, דער דריטער טשעפעט מען ווייל זי איז נישט אזוי שיין וכו'. איז וואויל פאר א מיידל וואס זוכט אויף די סארט מיידלעך און שפילט מיט זיי, שפאצירט מיט זיי און רעדט מיט זיי. אפילו זיי נאר אויסהערן ווי זיי רעדן זיך אויס, ווייזן מיטלייד און זיי מחזק זיין זיי זאלן זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע ענינים.