תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
עס שרייבט צו אייך א פארווייטאגטע פרוי, וואס האפט אז דער ראש ישיבה וועט מיר קענען ארויסהעלפן אין מיין מצב.
איך האב ב"ה א שטוב מיט קינדערלעך מיט א וואוילער מאן, ער איז א גוטע מענטש מיט גוטע מדות, ער איז קובע עתים לתורה צוויי מאל א טאג, און נאך פילע מעלות, ער האט אבער א שטארקע חסרון אז ער איז זייער שטארק פארקויפט פאר זיין ארבעט און פרנסה, און דאס טוט מיר זייער וויי, איך שפיר אז ס'איז דא נאך א שותף אין אונזער צוזאמענלעבן, די פרנסה איז אויך דא א גרויסע חלק, און נאך א גרעסערע חלק ווי מיר.
מיין מאן פארשטייט נישט פארוואס דאס שטערט מיר אזוי שטארק, אבער איך קען דאס ממש נישט אויסהאלטן. עס דרוקט זיך אויס אין אסאך וועגן, און איך וועל נאר אנכאפן עטליכע משלים, ער מוז האבן זיין טעלעפאן מיט זיך ממש אלעמאל ווייל אפשר וועט אריינקומען א וויכטיגע אימעיל וועגן זיין ארבעט, ווען מיר גייען שפאצירן אדער אפילו ווען מיר פארן אויף וואקאציע וועט ער אייביג מיטנעמען זיין ארבעט מיט זיך, און אויב דארף ער עפעס טון פאר די ארבעט, וועט ער מיר לאזן הענגען און זיך ענדערש אפגעבן מיט די ארבעט.
איך שפיר אז איך קען מער נישט אנגיין אזוי, און איך האף אז דער ראש ישיבה וועט מיר קענען ווייזן דעם וועג ווי אזוי זיך אומצוגיין אין מיין שווערע מצב.
יישר כח.
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת אחרי-קדושים, י' אייר, כ"ה לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
איר דארפט דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז איר האט א וואוילער מאן מיט גוטע מידות; איר קענט זיך נישט פארשטעלן ווי גליקליך איר זענט אז אייער מאן איז קובע עיתים לתורה, אין צוגאב צו זיינע פיל מעלות – אזוי ווי איר שרייבט. דעריבער זאלט איר נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן אז איר האט א וואוילער מאן.
דאס וואס עס באדערט אייך אז ער איז צוגעבינדן צו זיין ארבעט דורך זיין טעלעפאן וכו', עס שטערט אייך אז ער לויפט צו דעם א גאנצן צייט אפילו ווען ער איז אין שטוב; די ערשטע זאך דארפט איר זיין זייער אפען מיט אייער מאן, זאגט אים אז עס באדערט אייך זייער שטארק אז שוין נאך די ארבעטס שעה'ן, אין די צייט וואס ער איז אין שטוב מיט אייך און מיט די קינדער, איז ער נאך אלץ פארנומען מיט זיין ארבעט; בעטס אים אז אין שטוב זאל ער נישט אריין ברענגען זיין ארבעטס טעלעפאן, אזוי וועט זיין קאפ נישט אוועקלויפן פון אייך און פון די קינדער.
איר פארשטייט אליינס אז אויב מען וויל עפעס פועל'ן ביי א מאן וכו' דארף מען וויסן ווי אזוי צו רעדן, ווייל קיינער האט נישט ליב צו הערן קריטיק, בפרט א מאן גלייכט נישט צו הערן פון זיין ווייב קריטיק און ווען א פרוי קריטיקירט איר מאן איז עס אים זייער שווער צו נעמען. דעריבער, אז איר ווילט זיך עפענען פאר אים און איר ווילט אים געבן צו פארשטיין וואס באדערט אייך, דארפט איר זען צו רעדן צו אים מיט חכמה. רעדט צו אים שיינע ווערטער; זאגט אים ווי צופרידן איר זענט פון אים, זאגט אים ווי פרייליך איר זענט מיט אים, רעכענט אים אויס אלע זיינע מעלות, נאכדעם קענט איר אים זאגן שיינערהייט וואס באדערט אייך, איר קענט אים בעטן: "הלואי ווען דו וואלסט נישט אריין געברענגט אין שטוב דיין ארבעטס טעלעפאן", אויב וועט איר אזוי טון, וועלן די ווערטער זיכער אריין גיין אין זיין הארץ.
איר דארפט אבער פארשטיין אז דאס גייט נישט מיט איין מאל רעדן, ווייל ווען א מענטש איז צוגעקלעבט צו א זאך וכו' דארף מען אסאך שמועסן מיט אים ביז מען וועט קענען צוברענגען ער זאל דאס קענען אפלאזן, עס פארלאנגט זיך א סאך שיינע רייד ביז דאס וועט אים אריינגיין אין הארצן, אזוי ווי דער בעל תפילה פלעגט טון (סיפורי מעשיות, מעשה יב), ער פלעגט אסאך רעדן מיט מענטשן זיינע רייד, ביז זיינע רייד זענען יענעם אריין אין הארץ; ווייל א דיבור האט זייער א גרויסער כח, און אויב מען רעדט שיינע ווערטער פועל'ט דאס.
איר זאלט חס ושלום נישט צוהערן צו די אלע וואס העצן אויף פרויען אנטקעגן זייערע מענער און געבן עצות וואס קומען פון די גוים, אז מען זאל זיך אפהאלטן וכו' ביז מען פועל'ט וואס מען וויל פועל'ן. וויסן זאלט איר, אויב א פרוי שיידט זיך אפ פונעם מאן ווייל זי וויל עפעס פון אים וכו' זי סטראשעט מיט וכו' קען זי באקומען א גרויסער עונש דערויף, ווייל דאס איז זייער א גרויסער עבירה; וויי פאר די פרויען וואס טיילן זיך אפ וכו' פון די מענער ביז זיי פועל'ן וואס זיי ווילן, וויי איז פאר די פארדארבענע שלום בית מאכער'ס וואס געבן אזעלכע עצות וואס איז אנטקעגן די תורה; חוץ פון דעם וואס עס איז נישט קיין שכל'דיגע זאך, ווייל דער סוף וועט זיין אזוי ווי דער אייבערשטער האט געזאגט פאר משה רבינו, ווען משה רבינו האט געבעטן דעם אייבערשטן (שמות לג, יח): "הַרְאֵנִי נָא אֶת כְּבֹדֶךָ", האט אים דער אייבערשטער געזאגט (ברכות ז.): "כְּשֶׁרָצִיתִי - לֹא רָצִיתָ, עַכְשָׁיו שֶׁאַתָּה רוֹצֶה - אֵינִי רוֹצֶה", ווען איך האב געוואלט האסטו נישט געוואלט, יעצט - ווען דו ווילסט - וויל איך נישט וכו'.
צווייטנס, דארף מען וויסן וואס דער רבי זאגט: "מיט גוטן פועל'ט מען בעסער ווי מען שלעכטן, און אויב מען זעט אז מען האט יא געפועל'ט מיט שלעכטן, זאל מען וויסן אז מען וואלט דאס געקענט פועל'ן אסאך גרינגער און שנעלער מיט גוטן"; א קלוגע פרוי ווייסט ווי אזוי אויפצוהייבן איר מאן און אים מחזק זיין ער זאל זיך פירן בדרך התורה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (בראשית רבה יז, ז): "מַעֲשֶׂה בְּחָסִיד אֶחָד", עס איז געווען א מעשה מיט א חסיד וואס האט געהאט א ערליכע פרוי, און זיי האבן נישט זוכה געווען צו האבן קינדער, האבן זיי אפגעמאכט צווישן זיך אז וויבאלד זיי האבן נישט קיין קינדער וועלן זיי זיך גט'ן, און אזוי האבן זיי געטון, "הָלַךְ זֶה וְנָשָׂא רְשָׁעָה אַחַת, וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ רָשָׁע", דער חסיד האט חתונה געהאט מיט נישט אן ערליכע פרוי און מיט די צייט האט זי אים געמאכט פאר א רשע, "הָלְכָה זֹאת וְנִשַֹּׂאת לְרָשָׁע אֶחָד, וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ צַדִּיק", ווידער די ערליכע פרוי האט חתונה געהאט מיט א מאן א רשע און זי האט אים געמאכט פאר א צדיק, פירן די הייליגע חז"ל אויס: "הֱוֵי, שֶׁהַכֹּל מִן הָאִשָּׁה", זעט מען פון דעם אז די פרוי האט זייער שטארקע כוחות, און זי קען איבער דרייען איר מאן.
אז איר וועט יעדן טאג בעטן דעם אייבערשטן אז אייער מאן זאל זיך פירן אזוי ווי עס דארף צו זיין, וועט דער אייבערשטער העלפן אז ער וועט זיך טאקע פירן מיט יראת שמים און ער וועט זיך אפגעבן מיט אייך און מיט די קינדער; ווייל תפילה איז שטערקער פון אלע עצות און פון אלע סגולות.
יעדעס מאל איר דערמאנט זיך פון אייער פראבלעם זאלט איר ארויס זאגן אפאר ווערטער צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, איך דאנק דיר פאר מיין לעבן, איך דאנק דיר פאר מיין טייערע מאן און פאר מיינע טייערע קינדער. רבונו של עולם! העלף מיר איך זאל האבן שלום בית, העלף מיר איך זאל זוכה זיין אויפצוברענגען ערליכע קינדער, העלף אז מיין טייערער מאן זאל פארשטיין וואס איך וויל פון אים ווען איך בעט אים ער זאל נישט אהיים ברענגען זיין ארבעטס טעלעפאן. העלף אז מיין מאן זאל זיך פירן ערליך מיט יראת שמים, העלף מיר אז ווען מיין מאן קומט אהיים צו מיר און צו די קינדער זאל ער נישט זיין אזוי אריין געטון און זייטיגע זאכן, אזוי וועלן מיר צוזאמען קענען מחנך זיין אונזערע קינדער".
אזוי זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן יעדעס מאל ווען איר דערמאנט זיך פון אייער פראבלעם ביז דער אייבערשטער וועט אייך העלפן און איר וועט זען א פארענדערונג.