שאלה אין קורצן ענין
#1 - מיין מאן איז א מפיץ, און דאס איז מיר נישט צום הארצן
תפילה והתבודדות, הפצה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די שיינע שיעורים און חיזוק וואס איך הער יעדן טאג פון אייך ביי די שיעורים אויפ'ן טעלעפאן, עס געבט אונז צו גאר פיל צום לעבן, סיי פאר מיר און סיי פאר מיין מאן און קינדער, אפילו די גאר קליינע קינדער ווייסן שוין צו בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע קליינע זאך וואס זיי דארפן.


אזוי ווי מיין מאן איז א מפיץ, האב איך זיך געוואלט דורכשמועסן מיט אייך איבער עטליכע זאכן וואס עס שטערט מיר וועגן הפצה.


קודם די גאנצע זאך פון הפצה לייגט זיך מיר נישט אויפ'ן שכל, איך קען נישט פארשטיין ווי אזוי מ'קען טון אזא זאך צו לעבן אויף די צדקה וואס די מענטשן געבן, און דאס הייסט נאך אן ארבעט?


איך קום פון א שטוב וואו מ'האלט זייער שטארק קעגן מוהרא"ש, מיר טארן זיי אפילו נישט דערציילן וואס מיין מאן טוט, און דעריבער קען איך נישט האבן קיין חיזוק פון מיינע עלטערן איבער דעם. אויך שטערט מיר זייער ווען דאס גייט איבער די גרעניצן, ווען הפצה גייט אויפ'ן חשבון פון אנדערע וויכטיגע זאכן, צום ביישפיל ווען מ'גייט ארויס אינדערפרי אין א פרייטאג, ערב יום טוב, אדער חול המועד, און מ'קומט צוריק ממש ביים זמן, און דאס שטערט אויך זייער פאר די חינוך פון די קינדער (זיי טארן אויך נישט וויסן וואו טאטי איז, אז זיי זאלן דאס נישט איבערדערציילן פאר אנדערע קינדער).


איך האף אז איר וועט מיר קענען מחזק זיין און אויסלערנען ווי אזוי אנצונעמען די גאנצע זאך פון הפצה וואס איז זייער פרעמד פאר מיר, און ס'שטערט מיר זייער שטארק.


אויך האב איך געוואלט פרעגן וועגן רעדן צום אייבערשטן, כאטש וואס ווי געזאגט איז אונזער גאנצער שטוב געשטעלט אויף תפלה, יעדער איינער פון קליין ביז גרויס רעדט צום אייבערשטן, אבער עס מאכט זיך אסאך זאכן וואס איך בעט דעם אייבערשטן שוין זייער לאנג און איך בין נאכנישט געהאלפן געווארן, און דאס ברענגט אריין אין מיר א יאוש אז איך זאל אויפהערן צו בעטן, וואס קען איך טון דערצו?


דער באשעפער זאל אייך געבן ווייטער כח און מח צו קענן אנגיין מיט אייער הייליגע ארבעט צו מחזק זיין אידישע קינדער, און איר זאלט האבן אלעס גוטס וואס איר דארפט.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייט מיר מוחל אז איך האב אייך נישט געענטפערט א לאנגע צייט, זייט מיר דן לכף זכות; איך בין זייער פארנומען מיט די ישיבה, תלמוד תורה און מיידל שולע, אלעס ליגט אויף מיין קאפ.


איך האב באקומען אייער בריוו ערב ראש השנה אין אומאן; ווען איך בין אהיים געקומען האב איך געדארפט מסדר זיין די ישיבה, תלמוד תורה, מיידל סקול וכו', פארן קומענדיגע יאר, דעריבער איז עס אפגעשטופט געווארן ביז יעצט.


קודם וויל איך אייך מחזק זיין, איר זאלט וויסן אז איך בין פשוט מקנא אייער מאן ווי ער איז זיך מוסר נפש מיט אן אויסטערלישן מסירות נפש צו פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות אויף די גאנצע וועלט; עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי איינער וואס איז עוסק אין צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא פה.) אויפן פסוק (ירמיהו טו, יט): "וְאִם תּוֹצִיא יָקָר מִזּוֹלֵל - כְּפִי תִהְיֶה", ווען א מענטש ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן – "אֲפִילוּ הַקָבָּ"ה גוֹזֵר גְזֵירָה, מְבַטְּלָהּ בִּשְׁבִילוֹ", אפילו דער אייבערשטער אליינס מאכט א גזירה, איז ער עס מבטל צוליב דעם מענטש וואס ברענגט צוריק אידישע קינדער צום אייבערשטן.


מיטן אייבערשטנס הילף וועל איך אייך ענטפערן אויף יעדע איינציגע שאלה וואס איר פרעגט:


א. איר שרייבט אז עס לייגט זיך נישט אויף אייער שכל די גאנצע זאך פון הפצה און לעבן אויף צדקה וואס מענטשן געבן וכו'; איך וויל אייך פרעגן, ווי אזוי קוקט איר אן אן הצלה מאן, אז מען זעט אינגעלייט לויפן טאג און נאכט, זומער און ווינטער צו ראטעווען אידן; אלע קוקן ארויף אזא איינעם, וואס הייסט, ער געבט אוועק זיין צייט, געלט, עסן און שלאפן - אבי צו ראטעווען א איד, קיינער קוקט זיי נישט אן ווי א שנארער וכו', דאס זעלבע - און נאך אסאך מער - איז א מפיץ; ער געבט אוועק זיין לעבן, זיין נאמען וכו', אבי אז נאך א איד זאל האבן א לעבן, נאך א איד זאל וויסן אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, נאך א איד זאל האבן שלום בית, ער גייט פארשפרייטן די אמונה ביי אידישע קינדער; וואס זאל איך אייך זאגן, קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאנען.


קוקט וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן כד): "הַמַּחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה, זוֹכֶה וְיוֹשֵׁב בִּישִׁיבָה שֶׁל מַעְלָה, וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְבַטֵּל הַגְּזֵרָה בִּשְׁבִילוֹ", א מענטש וואס ברענגט צוריק אידישע קינדער צום אייבערשטן, איז זוכה צו זיצן אויבן אין הימל אין די ישיבה פונעם אייבערשטן, און אין זיין זכות איז דער אייבערשטער מבטל אלע שלעכטע גזירות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין לז.): "כָּל הַמְקַיֵים נֶפֶשׁ אַחַת מִיִּשְׂרָאֵל, מַעֲלֶה עָלָיו הַכָּתוּב כְּאִילוּ קִיֵים עוֹלָם מָלֵא"; דאס איז בגשמיות, כל שכן ברוחניות - אז מען ברענגט צוריק א מענטש וואס איז שוין אינגאנצן מיואש ביי זיך, און מען שיינט אריין אין אים אז ער האט נאך א תקוה און א האפענונג, איז דאך זיכער כְּאִילוּ קִיֵים עוֹלָם מָלֵא.


ווי לאנג איז דען די גאנצע לעבן פון א מענטש? אונזערע טעג זענען צוגעגליכן "כצל עובר", ווי א שאטן וואס גייט פארביי. עס גייט אריבער א טאג נאך א טאג, א וואך נאך א וואך, א חודש נאך א חודש; די יארן פליען אוועק זייער פלינק און מען גייט שוין באלד צוריק צום אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה צו, ב): די יארן פון א מענטש גייען נישט דורך אזוי שנעל ווי א שאטן פון א וואנט, און נישט ווי דער שאטן פון א בוים, נאר ווי א שאטן פון א פייגל וואס פליהט; וואס וועלן מיר מיט נעמען מיט אונז? נאר דאס ביסל וואס מיר האבן אוועק געגעבן פון אונז פאר א צווייטן איד, נאר דאס ביסל וואס מיר האבן אריין געברענגט דעם אייבערשטן אין אידישע קינדער.


די אלע וואס זענען עוסק אין הפצה, זיי זענען מפיץ אין די הייזער, אין שולן און אין אפיסעס, און זענען מזכה אידישע קינדער צו טון תשובה, זיי זענען נישט קיין שנארערס, זיי זענען נישט קיין מקבלים, נאר די זענען משפיעים, זיי געבן פאר מענטשן לעבן, זיי געבן פאר אידישע קינדער שכל, און דאס הייסט נישט אז מען לעבט פון צדקה געלט.


וואויל איז אייך און וואויל איז אייער חלק אז איר פאלגט דעם רבי'ן; דער רבי הייבט אן די מעשה פונעם חיגר (סיפורי מעשיות, מעשה ג): "מעשה, אמאל איז געווען א חכם, פאר זיין טויט האט ער גערופן זיינע קינדער און זיין משפחה, און האט זיי געלאזט צוואה אז זיי זאלן 'אנטרינקען ביימער'; איר מעגט עוסק זיין אין אנדערע פרנסות אויך, נאר דאס זאלט איר זען שטענדיג צו טון: 'אנטרינקען ביימער'"; מוהרא"ש איז מסביר (ספר נהרי אפרסמון) אז דאס גייט ארויף אויף מקרב זיין מענטשן צום אייבערשטן, ווייל א מענטש איז צוגעגליכן צו א בוים, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (דברים כ, יט): "כִּי הָאָדָם עֵץ הַשָּׂדֶה", און מען דארף עס אנטרינקען מיט אמונה.


איך וויל אייך פרעגן, איר אליינס שרייבט מיר א גאנצע מגילה ווי שטארק איר זענט זיך מחיה מיט די שיעורים פון ישיבה וכו'; די שיעורים האבן געטוישט אייער לעבן, אייער גאנצער בליק אויפן לעבן וכו'; פאר וועם קומט דאס צו פארדאנקען, פון וואו נעם איך די תוכן וואס מיר זאגן ביי די שיעורים, אויב נישט פאר דעם גרויסן מפיץ ר' נתן יאקאבאוויטש ני"ו. פאר פופצן יאר צוריק שנת תשס"ד לפ"ק האט ער מיך באגעגנט אין א בית המדרש און ער האט מיר געגעבן א קליין ספר'ל: "אשר בנחל", דאס האט געטוישט מיין לעבן, און דאס האט געטוישט זייער אסאך מענטשנס לעבנ'ס, ווייל אזוי ווי איר שרייבט מיר אז אייער לעבן האט זיך געביטן, אזוי באקום איך יעדן טאג בריוו ווי מענטשן שרייבן אז זייער לעבן האט זיך געטוישט צום גוטן. וואס איז דער מפיץ וואס האט מיר געגעבן דעם ספר "אשר בנחל", ווי אזוי דארף זיין מיין בליק אויף דעם איד? אז ער איז א שנארער, א בטלן, אדער גאר א מלאך, א צדיק, און א בעל מסירות נפש.


ב. איר שרייבט אז איר קומט פון א שטוב וואס מען איז קעגן מוהרא"ש וכו', און איר דארפט באהאלטן די גאנצע זאך פון הפצה וכו'; איר דארפט זיך פרייען אז איר האט א מאן וואס פירט זיך אויף מיט יראת שמים, א מאן וואס גייט אין שול דאווענען דריי מאל א טאג, א מאן וואס פארפעלט נישט צו לערנען די הייליגע תורה. עס דארף אייך נישט שטערן וואס די משפחה זאגט, איר דארפט זען אויפצושטעלן א שיינע משפחה, און אז איר וועט זיך פארטראגן מיט אייער מאן, איר וועט זיך מכבד זיין איינער דעם צווייטן, וועט איר האבן ליכטיגע דורות.


עלטערן דארף מען מכבד זיין, און פאר עלטערן דארף מען דערציילן נאר גוטע זאכן. בכלל דארף מען וויסן אז עס איז נישט גוט אז מען קרעכצט פאר די עלטערן וכו', עלטערן ווילן נאר הערן אז אלעס איז אין ארדענונג, עס איז דא פרנסה, מען געבט אן ערליכן חינוך פאר די קינדער און אז מען קומט זיך אויס צווישן זיך. קלוגע עלטערן מישן זיך נישט אריין ווען זיי זעען ווי זייערע קינדער לעבן צופרידן, אפילו ווען זיי זעען ווי די קינדער גייען צו אנדערע רבי'ס וכדומה.


עלטערן מישן זיך אריין ווען זיי זעען אז די טאכטער איז נישט צופרידן וכו'; ווען די טאכטער האלט אין איין קרעכצן: "עס איז נישט דא קיין געלט", "דאס טויג נישט", "יענץ טויג נישט", דעמאלט קומען די עלטערן און זוכן זיך אריין צו מישן. ממילא, אז איר וועט זיך נישט אפרעדן פאר אייערע עלטערן, נאר איר וועט כסדר אויסרומען אייער מאן אז ער העלפט און ער ברענגט פרנסה וכו', וועט זיי נישט באדערן אז ער איז א מפיץ.


ג. איר שרייבט אז אייער מאן גייט הפצה ערב שבת און ערב יום טוב, ער קומט אהיים ממש ביים זמן הדלקת הנרות, און דאס גייט אויפן חשבון פון חינוך הבנים וכו'; מיט דעם געב איך אייך גערעכט. הפצה טאר נישט גיין אויפן חשבון פון די ווייב אין קינדער. אמת, הפצה איז זייער גרויס, אבער מען טאר נישט פארגעסן פון די אייגענע ווייב אין קינדער.


מי לנו גדול פון ר' נתן זכרונו לברכה וואס האט זיין גאנץ לעבן עוסק געווען אין הפצה, ער האט אלעס אוועק געגעבן פון זיך צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות פאר די גאנצע וועלט, אבער ווען עס איז געקומען צו חינוך הבנים האט ער אלעס אוועק געלייגט, ער האט געזאגט: "עס איז מיר חשוב מחנך צו זיין מיינע קינדער, פונקט ווי אויפשטיין זאגן 'תיקון חצות'"; אז מען וויל אויפשטיין ביי חצות זאגן תיקון חצות, דארף מען זיך לייגן שלאפן פרי, און ר' נתן האט נישט געוואלט גיין שלאפן פאר זיינע קינדער קומען אהיים פון חדר, ווייל ער האט זיי געוואלט מחנך זיין; ער האט געוואלט ליינען קריאת שמע מיט זיי, זיי מחנך זיין צו מאכן ברכות, זיי מחנך זיין זיי זאלן אנגרייטן נעגל וואסער וכדומה, וואס אזא חינוך בלייבט אויף אייביג. א קינד וואס זיינע עלטערן האבן אים שיינערהייט דערמאנט נאכט נאך נאכט צו ליינען קריאת שמע, אים איז גרינגער דאס צו טון זיין גאנץ לעבן. אודאי דארף יעדער מענטש חיזוק, און יעדער מענטש האט א יצר הרע וכו', אבער מיט א גוטע חינוך בלייבט די יראת שמים און אידישקייט איינגעבאקן אין הארצן.


ד. איר שרייבט אז איר דארפט באהאלטן פון אייערע קינדער אז אייער מאן גייט הפצה וכו' כדי זיי זאלן דאס נישט דערציילן פאר אנדערע; איר דארפט נישט באהאלטן פון אייערע קינדער וואס אייער מאן טוט, איר דארפט זיין שטאלץ מיט דעם, נאך אביסל וועלן אייערע קינדער מיט גיין מיט אייער מאן, אים העלפן פארשפרייטן אמונה אויף דער וועלט. באהאלטן דארף מען זיך ווען מען טוט עבירות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין מ.): ווען א מענטש זעט אז דער יצר הרע איז זיך מתגבר אויף אים, זאל ער זיך באהאלטן אין א פלאץ וואו קיינער קען אים נישט, ער זאל זיך אנטון שווארץ, כדי עס זאל נישט ארויסקומען דורך אים א חילול השם; אבער מיט א גוטע זאך דארף מען זיין שטאלץ.


ביי אונז אין תלמוד תורה האבן מיר איינגעפירט אז יעדן פרייטאג צופרי גייען די קינדער פון אכט יאר אלט אין אלע שולן מיט ספרים און קונטרסים פון הייליגן רבי'ן, און זענען דאס מפיץ.


ה. דאס וואס איר פרעגט וואס מען זאל טון אז מען איז מתפלל צום אייבערשטן א לאנגע צייט און מען זעט נישט אז מען זאל געהאלפן ווערן; די קשיא פרעגן די הייליגע חכמים זכרונם לברכה (ברכות לב:): "אִם רָאָה אָדָם שֶׁהִתְפַּלֵּל וְלֹא נֶעֱנֶה, יַחְזוֹר וְיִתְפַּלֵּל", אויב א מענטש זעט אז ער בעט דעם אייבערשטן אויף א זאך און ער האט עס נישט באקומען, זאל ער נאכאמאל בעטן, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהילים כז, יד): "קַוֵּה אֶל ה', חֲזַק וְיַאֲמֵץ לִבֶּךָ וְקַוֵּה אֶל ה'".


איך האף אז איר וועט באקומען אן אנדערע בליק אויף הפצה, און איר וועט מחזק זיין אייער מאן ני"ו ער זאל ווייטער ממשיך זיין ביתר שאת וביתר עוז.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זוכה זיין צו זען נחת ביי אייערע קינדער צוזאמען מיט אייער מאן, אמן.