תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין זייער צובראכן און איך בין אין זייער א שווערע מצב, סיי אין רוחניות וואס איך הער נישט אויף צו פאלן אין עבירות, און סיי מיט וואס עס גייט אויף מיר אריבער אין שטוב, דער ראש ישיבה קען זיך נישט פארשטעלן וואס גייט אריבער אויף איינעם וואס די עלטערן גרייטן זיך שוין אפאר יאר זיך צו גט'ן. איך מיין אז פיל עלטערע מענטשן פון מיר זענען נישט אריבער אזויפיל צרות אין לעבן וואס איך בין אריבער.
א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה האט מיר געגעבן, און מיר געראטעוועט דאס לעבן.
אויב דער ראש ישיבה קען מיר ביטע שרייבן א בריוו פון חיזוק, ס'וועט מיר זייער העלפן און ס'וועט מיר זייער מחזק זיין.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת נשא, ח' סיון, אסרו חג שבועות, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
קיינער אין די וועלט קען נישט פארשטיין די צער פון קינדער וואס זעען ווי די עלטערן קריגן זיך, קיינער ווייסט נישט וואס די קינדער ליידן; די צער און יסורים וואס די קינדער האבן טאג טעגליך השם ישמרינו.
אין דיין פאל, וואס דיינע עלטערן גרייטן זיך שוין א שטיק צייט זיך צו גט'ן, האב איך איין עצה פאר דיר; נעם די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות; די עצה וועט דיר געבן כח צו קענען אנגיין אין דיין מצב. גיי אין א ווינקל וואו עס איז ליידיג פון מענטשן און רעד צום אייבערשטן אין דיין שפראך, דיין מאמע לשון. דערצייל אים וואס דו גייסט אריבער, זאג אים וואס טוט זיך אין שטוב צווישן דיינע עלטערן, שעם זיך נישט, דעם אייבערשטן זאלסטו דערציילן אלע פרטים, זאג אים אלע דיינע ווייטאגן, דאס וועט דיר געבן כח צו קענען בלייבן שטארק פיזיש און גייסטיש ביז דו וועסט חתונה האבן און אויפשטעלן א געזונטע שטוב.
מיין טייערער ליבער ברודער, ליבער חבר; די עצה פון התבודדות, די עצה פון רבי'ן – דאס גייט משיח אריינברענגען אין די וועלט, מיט די עצה וועט ער אייננעמען די וועלט. דער רבי האט בפירוש געזאגט: "משיח וועט אייננעמען די וועלט אן קיין איין שאס פאלווער"; ער וועט נישט שיסן אויף אלע פעלקער, ער וועט מלחמה האלטן מיט תפילה, ער וועט אריינברענגען תפילה והתבודדות, ער וועט אויסלערנען די גאנצע וועלט, אלע זאלן וויסן אז עס איז נישטא קיין שום אדרעסס צו וועם זיך צו ווענדן, עס איז דא נאר איין אדרעסס: גיין צום אייבערשטן און אים בעטן.
דעריבער בעט איך דיר, נעם די עצה - וועסטו האבן כח צו קענען לעבן; בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיר געבן כח דו זאלסט זיך קענען שטארקן אויף דיינע נסיונות, דו זאלסט נישט ווערן מיואש, דו זאלסט נישט טון נישט גוטע זאכן.
דא האסטו א קליינע תפילה וואס דו זאלסט בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג, און אפילו אפאר מאל א טאג:
"הייליגער באשעפער האב רחמנות אויף מיר, איך גיי אריבער שווערע צייטן, איך קען נישט נעמען דאס אז מיינע עלטערן קריגן זיך, זיי גייען זיך גט'ן, זיי גייען זיך צעטיילן; איך בין אזוי צעבראכן פון דעם, איך האב אזויפיל צער אז מיין שטוב צעפאלט מיר, איך קען נישט זיין פרייליך, ביז איך פאל אראפ אין עבירות, אין פגם הברית רחמנא לצלן; דער יצר הרע לאזט מיר נישט אפ, ער ווארפט מיר אראפ, איך האב ממש נישט קיין כח, איך קען זיך נישט מתגבר זיין.
הייליגער באשעפער, קיינער פארשטייט מיר נישט, קיינער ווייסט נישט וואס איך גיי אריבער; עס פעלט מיר א טאטע און מאמע וואס לעבן בשלום, עס פעלט מיר עלטערן וואס האבן זיך ליב, עס פעלט מיר א געזונטע שטוב; נאר דו אייבערשטער זעסט מיין הארץ ווי איך ווארט אויף אביסל ליבשאפט, דו אייבערשטער ווייסט ווי שטארק איך וויל זיין גוט, ווי שטארק איך וויל לערנען און דאווענען, טון מצוות און גוטע זאכן, עס איז מיר אבער אזוי שווער.
העלף מיר אייבערשטער, געב מיר כח איך זאל קענען זיין פרייליך; געב מיר כוח איך זאל זיך קענען מתגבר זיין אויפ'ן יצר הרע, איך זאל זיך קענען דערהאלטן ביז מיין חתונה, ביז איך וועל אויפשטעלן א שיינע שטוב".
די תפילה זאלסטו זאגן און לייג צו דיינע אייגענע תפילות, וועסטו זען אז עס וועט זיך דיר עפענען א נייע וועלט; דו וועסט שפירן זיכער, דו וועסט נישט זיין פארלוירן, דו וועסט שפירן דעם אייבערשטן מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר, דאס וועט דיר געבן כח זיך צו קענען מתגבר זיין אויפ'ן יצר הרע.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.