שאלה אין קורצן ענין
#1 - ביי מיינע עלטערן איז זייער אנגעצויגן פסח, ווי אזוי האלט איך זיך פרייליך?
כיבוד אב ואם, שמחה, פסח

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א גרויסן יישר כח פאר מיין לעבן, וואס האט זיך אנגעהויבן מיט דריי יאר צוריק, ווען איך האב אנגעהויבן הערן אייערע שיעורים, וואס האבן ממש געעפנט מיינע אויגן.


איך בין א בחור פון 19 יאר, איך הער ווי דער ראש ישיבה זאגט ביי די שיעורים ווי אזוי מ'דארף פירן א סדר מיט רואיגקייט, ווי אזוי מ'קען האבן א פרייליכע פסח, ס'זאל נישט זיין קיין אנגעצויגנקייט אינדערהיים. דאס איז אלעס זייער שיינע זאכן, וואס קען איך אבער טון אז ביי אונז אינדערהיים איז נישט אזוי, מיין טאטע איז געפערליך נערוועז און שרייט זייער אסאך, יעדעס יאר קומט צו פרישע חומרות ביי אונז. מיינע חתונה געהאטע געשוויסטער ווילן שוין נישט קומען צו אונז אויף פסח, ווייל ס'איז שוין ממש נישט אויסצוהאלטן.


איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געהאט קיין איין פרייליכע פסח, אפשר קען מיר דער ראש ישיבה געבן א וועג ווי אזוי איך קען האבן א רואיגע געשמאקע פסח צום ערשטן מאל?


א גרויסן יישר כח פאר אלעס, נאר דער אייבערשטער קען אייך באצאלן פאר אלעס וואס איר טוט פאר מיר.


ישראל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמיני-א, י"א ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ישראל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו ביסט זיך מחזק מיטן הייליגן רבי'ן. דער רבי לערנט אונז אז מיר זאלן שטענדיג זוכן דאס גוטס; אפילו ווען עס גייט אריבער שוועריקייטן אויפן מענטש זאל מען אויפזוכן דעם אייבערשטן אינעם שוועריקייט, מען זאל זוכן די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיטן מענטש און מען זאל אים דאנקען און לויבן דערויף.


דער רבי האט אונז געגעבן א וועג פון טראכטן; אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו קוקן אויף די ניסים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אים, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצה): דוד המלך האט שטענדיג געזוכט עפעס גוטס אויף וואס ער קען דאנקען דעם אייבערשטן, אפילו ווען דער אייבערשטער האט געברענגט אויף אים שלעכטס, האט ער געזוכט אין די שלעכטס עפעס גוטס. אזוי ווי דוד המלך דאנקט דעם אייבערשטן (תהלים ד, ב): "בַּצָּר הִרְחַבְתָּ לִּי", רבונו של עולם איך דאנק דיר אויף דעם וואס אין די צרה האסטו מיר ברייט געמאכט.


בנוגע וואס דו פרעגסט ווי אזוי דו קענסט האבן א געשמאקע יום טוב; נוץ דעם רבינ'ס עצה פון התבודדות. בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט האבן א פרייליכע יום טוב, בעט אים דו זאלסט שטענדיג זיין פרייליך, עס זאל דיר גארנישט באדערן און עס זאל דיר גארנישט אנגיין. ווען א מענטש איז פרייליך און ער הערט נישט אויף דאנקען דעם אייבערשטן אויף יעדע פרט וואס דער אייבערשטער געבט אים פאלן ממילא אוועק אלע פראבלעמען און אלע ווייטאגן וכו'.


פון איין זייט איז דיר זייער שווער צו מקיים זיין מצות כיבוד אב ואם וכו', אבער פון דער אנדערע זייט איז די שכר זייער גרויס, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, כג): "לְפוּם צַעֲרָא אַגְרָא", ווי שווערער עס קומט אן צו מקיים זיין א מצוה אלץ מער שכר באקומט מען, בפרט די מצוה פון כיבוד אב ואם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פאה א, א): "אֵלּוּ דְבָרִים שֶׁאָדָם אוֹכֵל פֵּרוֹתֵיהֶם בָּעוֹלָם הַזֶּה, וְהַקֶּרֶן קַיֶּמֶת לוֹ לָעוֹלָם הַבָּא; כִּבּוּד אָב וָאֵם", אויף כיבוד אב ואם באצאלט דער אייבערשטער שכר נישט נאר אויף יענע וועלט, נאר אויך אויף דער וועלט; אז דו וועסט מכבד זיין דיינע עלטערן וועסטו זען נחת ביי דיינע קינדער. נאך אביסל וועסטו טרעפן דיין שידוך און ווי אזוי דו האסט זיך אויפגעפירט צו דיינע עלטערן וועסטו צוריק באקומען מיט פראצענט פון דיינע קינדער.


דו שרייבסט מיר: "איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געהאט קיין איין פרייליכע פסח"; וויל איך דיר זאגן אז דאס איז דיין אייגענע פראבלעם, דאס האט גארנישט צו טון מיט דיינע עלטערן, דו דארפסט ארבעטן אויף דיר אליינס אז דו זאלסט זיין פרייליך. כל זמן דו וועסט באשולדיגן דיינע עלטערן וכו' וועסטו גארנישט האבן דערפון, נאר שברון לב און עגמת נפש; עס איז זייער גרינג אוועק צו מאכן עלטערן און לייגן די גאנצע מיסט אויף זיי אבער דאס וועט דיר גארנישט העלפן אין לעבן. אז דו וועסט ארבעטן אויף דיינע מידות, צו זיין א זיסער איד, דו זאלסט זיין א פרייליכער איד, דו זאלסט נישט זיין קיין נערוועזער מענטש, שרייען און שלאגן וכו', וועט דיר גוט זיין. עס וועט מקוים ווערן ביי דיר (שופטים יד, יד): "מֵעַז יָצָא מָתוֹק".


דו שרייבסט אז דו שעפסט חיות פון רבי'ן די לעצטע דריי יאר; לערן אביסל ספר "אשר בנחל" וועסטו זען וואס ברסלב איז, מוהרא"ש ברענגט סיפורים פון אנשי שלומינו וואס האבן גארנישט געהאט אין לעבן און זיי זענען שטענדיג געווען פרייליך. איך ווייס נישט צי דו האסט נאך זוכה געווען צו קענען מוהרא"ש וואס איז געווען א לעבעדיגער ביישפיל. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט גארנישט געהאט אין לעבן; ווען איך זאג דיר גארנישט געהאט מיין איך טאקע גארנישט, נישט סתם געזאגט, אזוי ווי מען זאגט און מען שרייבט וכו', ער האט גארנישט געהאט אין לעבן און מיט דעם אלעם איז ער שטענדיג געווען פרייליך, שטענדיג ארום געגאנגען מיט א שמייכל און א גאנץ לעבן מחזק געווען אידישע קינדער.


יעצט פרעג איך דיר, דו ביסט א יונגער בחור און נאך אביסל הייבסטו אן דיין לעבן, פארוואס זאלסטו זיין אזוי צעבראכן און שרייבן: "איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געהאט קיין איין פרייליכע פסח"? פארוואס? ווייל דיין טאטע האט חומרות, איז וואס? דאס איז א צרה? מאך דיר פרייליך, דאנק דעם אייבערשטן אז דו זיצט ביים סדר טיש מיט טאטע און מאמע! וויפיל אידישע קינדער ליגן נעבעך אין שפיטאל און קענען נישט זיצן אין שטוב ביים סדר, דאנק דעם אייבערשטן אז דו ביסט געזונט און שטארק.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט ארויס גיין פון דיין אייגענע מצרים, דיין מצר–ים, דיין קטנות הדעת; זאלסט זוכה זיין צו שפירן דעם אייבערשטן וואס דעמאלט דארף מען שוין גארנישט. ווען א מענטש שפירט אביסל נאנטשאפט צום אייבערשטן איז ער א צופרידענער מענטש, און מיר אלע זאלן שוין זיין זוכה זיין צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.