תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
צום ערשט וויל איך זיך באדאנקען פאר די פריערדיגע בריוו, איבער אויב מ'מעג האבן אין קאפ ווי כאילו א בילד פונעם אייבערשטן כביכול. דער פאקט אז דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך געשעצט מיר שרייבן א בריוו, האט מיר געגעבן זייער א גוטע געפיל, און איך פרוביר זיך מחזק צו זיין אין דעם בעזר השם.
יעצט וויל איך פרעגן איבער א זאך וואס טוט מיר שטארק וויי. איך בין געווען אויף יום טוב ביי מיינע עלטערן, און זיי קריגן זיך אסאך ארום. איך בין נישט זיכער אויב דאס איז א נייע זאך, אדער ביז יעצט האב איך עס פשוט נישט באמערקט, אבער זייט מיין חתונה קען איך עס ממש נישט דערליידן. איז דא עפעס וואס איך קען אדער איך דארף טון וועגן דעם? אויסער פארשטייט זיך צו בעטן דעם אייבערשטן.
א יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת קדושים, א' דראש חודש אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עז): "כָּל הָעוֹלָם מָלֵא מַחֲלוֹקוֹת", די גאנצע וועלט קריגט זיך; "הֵן בֵּין אֻמּוֹת הָעוֹלָם", אלע פעלקער קריגן זיך איינער מיטן צווייטן, "וְכֵן בְּכָל עִיר וָעִיר", אין יעדע שטאט איז דא מחלוקות, "וְכֵן בְּכָל בַּיִת וּבַיִת", און אין יעדע שטוב איז דא מחלוקות, "בֵּין הַשְּׁכֵנִים", מיט די שכנים, "וּבֵין כָּל אֶחָד עִם אִשְׁתּוֹ וּבְנֵי בֵיתוֹ וּמְשָׁרְתָיו וּבָנָיו", און מיט די הויז געזונד, מיט די ווייב און קינדער וכו' וכו', "וְאֵין מִי שֶׁיָּשִׂים עַל לִבּוֹ הַתַּכְלִית שֶׁבְּכָל יוֹם וָיוֹם הָאָדָם מֵת", און קיינער טראכט נישט פון תכלית, מען כאפט נישט אז יעדן טאג שטארבט מען, "כִּי הַיּוֹם שֶׁעָבַר לא יִהְיֶה עוֹד", ווייל דער היינטיגער טאג וועט מער נישט זיין, קומט אויס, "וּבְכָל יוֹם הוּא מִתְקָרֵב לַמִּיתָה", אז יעדן טאג ווערט מען נענטער צום שטארבן, איז דאך א שאד אז דאס ביסל וואס מען לעבט זאל זיין אנגעפולט מיט מחלוקות.
דעריבער זאלסטו שטיין ווייט פון מחלוקות, בפרט ווען עס רעדט זיך פון דיינע עלטערן; שטיי אין דער זייט און נעם נישט קיין שום צד אין די מחלוקות פון דיינע עלטערן. ווען דיין טאטע רעדט צו דיר אויף די מאמע זאלסטו אים אויסהערן און ווען דיין מאמע רעדט זיך אויס אויף דיין טאטע זאלסטו איר אויסהערן, אבער חס ושלום נישט טראגן אדער ברענגען לשון הרע פון איינעם אויפן אנדערן. דו זאלסט זיין דער איש השלום, דו זאלסט זיי נאר ברענגען נחת - פאר ביידע פון זיי.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע ענינים.