תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
צום ערשט מוז איך זיך באדאנקען פאר די פילע חיזוק וואס איך נעם פון אייערע שיעורים, דער אייבערשטער זאל אייך ווייטער געבן כח אנצוגיין.
איך האב אייך געוואלט בעטן אן עצה ווי אזוי איך קען זיך האלטן פרייליך אין די צייט וואס מיינע עלטערן רודפ'ן מיר זייער אסאך אינדערהיים. איך בין נישט דאר, און מיינע עלטערן הערן נישט אויף מיר צו סעקירן אויף דעם, און שרייען אויף מיר אז איך וועל קיינמאל נישט קענען חתונה, איך וועל נאר קענען חתונה האבן מיט א בלינדער בחור, ווייל ער וועט נישט זען ווי גראב איך בין. און דאס טוט מיר זייער שטארק וויי.
בכלל באקום איך זייער ווייניג קאמפלימענטן פון זיי, נאר אויב איך קען זיין ממש הונדערט פראצענט גוט, אבער קריטיק האלט איך אין איין הערן, מ'פארשעמט מיך און מ'שרייט מיר נאך מיט צונעמען, און מיינע ברידער העלפן נאך ארויס מיר צו רופן מיט אלע סארט צונעמען.
ווען איך בין אינדערהיים שפיר איך ממש ווי אין גהינום, איך פיל אז איך האלט עס מער נישט אויס. מיין חבר'טע האט מיר געזאגט וועגן אייך, אז איך זאל אייך שיקן א בריוו דערוועגן, אפשר וועט איר מיר קענען ארויסהעלפן אין מיין קלעם.
א גרויסן יישר כח,
א מיידל פון לאנדאן
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
איך קען ממש נישט קומען צו זיך הערנדיג די צער וואס איר גייט אריבער וכו' אז מען טשעפעט אייך מיט א זאך וואס האט נישט צו טון מיט אייך. עס זענען דא מענטשן וואס פארדייען בעסער דאס עסן און עס זענען דא מענטשן וואס זייער גוף פארדייט נישט אזוי שטארק דאס עסן.
זארגט נישט פאר אייער שידוך ווייל א שידוך האט נאר מיטן אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג): "מָצִינוּ בַּתּוֹרָה בַּנְּבִיאִים וּבַכְּתוּבִים שֶׁאֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא", מיר געפונען אין די תורה און נביאים און אין כתובים אז א שידוך האט נאר מיטן אייבערשטן, אין די תורה שטייט (בראשית כד, נ): "וַיַּעַן לָבָן וּבְתוּאֵל, וַיֹּאמְרוּ, מֵה' יָצָא הַדָּבָר", אין נביאים שטייט (שופטים יד, ד): "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לא יָדְעוּ כִּי מֵה' הִיא" און אין כתובים שטייט (משלי יט, יד): "בַּיִת וָהוֹן נַחֲלַת אָבוֹת, וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת", זעען מיר איבעראל אז נאר דער אייבערשטער איז דער וואס געבט שידוכים.
זארגט גארנישט פאר אייער שידוך, בעטס דעם אייבערשטן אז איר זאלט זוכה זיין צו האבן א זיס לעבן און זיסע קינדער. יעדעס מאל איר גייט אריבער א בזיון פון אייערע עלטערן, זיי טשעפענען אייך אז איר וועט נישט חתונה האבן וכו', זאלט איר שטילערהייט מאכן א תפילה צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל האבן א גוטע לעבן, א ערליכע מאן און געזונטע קינדער, העלף מיר אייבערשטער איך זאל זיין פרייליך"; יעדעס מאל מען טוט אייך וויי, מען שרייט אויף אייך מיאוס'ע ווערטער, זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן פאר אנדערע אידן וואס גייען אריבער צער און עגמת נפש.
וויסן זאלט איר אז ווען א מענטש האט א בזיון קען ער אויס'פועל'ן גרויסע ישועות, ער האט א גרעסערע כח אין הימל פון סיי ווער, ווייל דער אייבערשטער איז זייער נאנט צו א מענטש וואס זיין הארץ איז אים צעבראכן, אזוי ווי עס שטייט (תהילים לד, יט): "קָרוֹב ה' לְנִשְׁבְּרֵי לֵב"; דערפאר, יעדעס מאל ווען איר האט א בזיון זאלט איר בעטן פאר אידישע קינדער; בעטס פאר אלע וואס ווארטן אויף קינדער, בעטס פאר אלע וואס דארפן א רפואה, ווייל דער אייבערשטער נעמט אן זייער שנעל די תפילה פון א צעבראכענעם הארץ.
איך בעט אייך נאכאמאל, האט נישט מורא, איר וועט נישט באקומען א בלינדער חתן. אויב איר וועט זיין שטארק און איר וועט זיך דערהאלטן, וועט איר נאך חתונה האבן שענער ווי אייער גאנצע משפחה.
איך שרייב אייך א קליינע תפילה וואס איר זאלט בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג:
"הייליגער באשעפער, איך דאנק דיר פאר אלע חסדים וואס דו טוסט מיט מיר, איך דאנק דיר אז איך בין געזונט, איך דאנק דיר פאר מיין שיינע לעבן. אייבערשטער, איך האב א זאך וואס שטערט מיר זייער שטארק, מיינע עלטערן טשעפענען מיר אז איך גיי נישט טרעפן א שידוך ווייל איך בין גראב, זיי זאגן מיר כסדר אז קיינער גייט נישט וועלן חתונה האבן מיט מיר נאר א קראנקע בחור און דאס צעברעכט מיר זייער שטארק; וואס קען איך טון? איך קען אויך באשטיין אויסצוקוקן גוט, אבער יעדעס מאל וואס איך מאך אפ אז איך גיי אכטונג געבן וואס איך עס, איז עס מיר מורא'דיג שווער. העלף מיר אייבערשטער אז איך זאל נישט מורא האבן פון קיינעם, איך זאל זיין שטארק אין אמונה און איך זאל וויסן אז מיין שידוך איז נאר אנגעהאנגען אין דיר. העלף מיר אז מיינע עלטערן זאלן מיר נישט צעברעכן, העלף מיין טאטע מאמע אז זיי זאלן האבן פרנסה און אלעס וואס זיי דארפן אז זיי זאלן נישט שרייען אויף מיר און זיי זאלן מיר נישט וויי טון.
הייליגער באשעפער, נעם אן מיינע בזיונות און זיי מיר מוחל אויף אלעס וואס איך האב געטון אין מיין לעבן און העלף אלע אידן, יעדער זאל האבן פרנסה, געזונט און נחת פון זייערע קינדער", אזוי זאלט איר בעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן, וועט איר זען אז אלעס וועט זיך איבערדרייען לטובה.
איך שרייב אייך א בריוו וואס איר זאלט איבערגעבן פאר אייערע עלטערן.
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד...
איך האב ערהאלטן א בריוו פון אייער טאכטער ווי זי וויינט זיך אויס איר הארץ אז איר מאכט פון איר חוזק און איר קלאפט איר כסדר אראפ מיט דעם וואס זי איז גראב; איר זאגט איר אז זי וועט חתונה האבן מיט א בלינדער בחור וואס וועט נישט זען ווי אזוי זי זעט אויס.
איך טראכט אז אפשר כאפט איר נישט אז ווען איר רעדט אזוי צו אייער טאכטער הרג'ט איר אייער טאכטער, זי ווערט פון דעם צעקלאפט און צעבראכן. נישט נאר אז דאס וועט נישט העלפן זי זאל עסן ווייניגער, נאר דאס וועט איר נאך מער צעברעכן און איר מאכן פאר א קאליקע מיידל אז זי וועט טאקע נישט קענען חתונה האבן רחמנא לצלן.
ווען מען וויל העלפן א קינד צו פארלירן וואג וכו' קען מען דאס נישט טון מיט צווינגען, דאס וועט נאר ערגער מאכן, ווייל ממה נפשך, קומט דאס פון א געזונטהייט פראבלעם איז דאס דאך נישט דעם קינד'ס פראבלעם און זי איז גארנישט שולדיג, איז ווי מעג מען וויי טון א קינד און טשעפען מיט מיאוס'ע לשונות ווי "גראבער", ווען עס איז פשוט א פראבלעם וכו'. און אויב איז עס מחמת עצבות ומרה שחורה, וואס ווי באקאנט ווען א מענטש איז צוגעלייגט קען ער אסאך מאל צונעמען וואג וכו', וועט איר זיכער נישט אויף טון מיט דעם וואס איר וועט איר דערשרעקן אז זי וועט נישט טרעפן קיין שידוך, דאס וועט בלויז מאכן אז זי זאל מער עסן וכו'.
כאפט אייך באצייטנס פאר איר וועט איר אינגאנצן פארלירן; וויפיל עלטערן וויינען אז זייער קינד וויל נישט אהיים קומען און דרייט זיך מיט שלעכטע חבר'טעס, דער אייבערשטער זאל אפהיטן אלע אידישע קינדער מען זאל נישט וויסן פון קיין צער. זייער אסאך מאל זענען די עלטערן אליינס שולדיג ווייל זיי דערנידערן זייער קינד מיט מיאוס'ע ווערטער: גראבער, פוילער, משוגע'נער וכו'; ביז דער קינד וויל זיך פשוט ראטעווען פון ווערן א קאליקער, אנטלויפט מען פון שטוב און מען זוכט א פלאץ וואו מען קען אטעמען. וויפיל אידישע קינדער וואלגערן זיך אין די גאסן, עס איז ממש מקוים געווארן וואס שטייט (איכה ד, ח): "חָשַׁךְ מִשְּׁחוֹר תָּאֳרָם לֹא נִכְּרוּ בַּחוּצוֹת, צָפַד עוֹרָם עַל עַצְמָם יָבֵשׁ הָיָה כָעֵץ", עס וואלגערן זיך אידישע נשמות אויף די גאסן וואס מען דערקענט זיי שוין נישט אז זיי זענען בכלל אידן, וויפיל פון די קינדער זענען שולדיג די עלטערן אליינס ווייל זיי טשעפען זייערע קינדער...
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות עט.) אז די אידן האבן דריי סימנים: "רַחֲמָנִים, בַּיְישָׁנִין, וְגוֹמְלֵי חֲסָדִים"; דאס הייבט זיך אן אין שטוב מיט די קינדער, אז עלטערן דארפן רחמנות האבן אויף די קינדער, אויף א טאטע וואס האט נישט רחמנות אויף זיינע קינדער זאגט דער רבי (ספר המידות, אות בנים, סימן צו): "מִי שֶׁאֵין לוֹ רַחֲמָנוּת עַל בָּנָיו, בְּיָדוּעַ שֶׁאֵין לוֹ חֵלֶק בְּשֵׂכֶל דִּקְדֻשָּׁה", דאס איז א סימן אז ער האט נישט קיין שכל; עס זענען דא מענטשן וואס שטעלן זיך אהער ווי שיינע אידן אין גאס, מען העלפט יעדן איינעם, מען נעמט אריין יענעמס קינדער, אבער די אייגענע קינדער רצח'ט מען מיט די גרעסטע רציחה.
איך האף אז איר וועט זיך כאפן באצייטנס, איר וועט פארעכטן ווי אזוי איר רעדט, וועט איר זוכה זיין צו האבן נחת פון אייערע קינדער, אמן.