תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק און הדרכה, ספעציעל וועגן חינוך הילדים, אלס א מאמע צו מיינע טייערע קינדערלעך העלפט מיר דאס זייער אסאך ארויס, און צוביסלעך כאפ איך מער און מער ווי אזוי מען דארף רעדן און האנדלען מיט די קינדער.
איך האב געהערט א שיעור וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט דערציילט איבער א פעשע אינגל וואס האט געזאגט פאר מוהרא"ש אז קינדער טשעפען אים, און מוהרא"ש האט אים געזאגט אז ער זאל טיילן פעטש, און פון דעמאלט האט מען אים אויפגעהערט טשעפען, דער ראש ישיבה שליט"א האט מסביר געווען אז ווען א קינד האט נישט קיין זעלבסזיכערקייט לאזט ער זיך טשעפען און שלאגן פון יעדן איינעם, און מען דארף אים געבן די שטארקייט.
איך בין נישט קלאר אין דעם, איז דאס די וועג בכלליות אזוי אויסצולערנען פאר קינדער, צום ביישפיל אויב איז דא א מיידל וואס ציפט כסדר מיין טאכטער, זאל איך אויסלערנען מיין מיידל איר צוריק צו געבן א ציפ? אויב א צווייטע מיידל טאנצט ארויף אויף איר, זאל זי איר צוריק טון די זעלבע?
איין טאג האט מיין אינגל מיר דערציילט אז אנדערע קינדער האבן אים געטשעפעט און חוזק געמאכט, סתם קינדעריש גערעדט נאריש, און איך האב אים געזאגט אז ער קען צוריק טון די זעלבע זאך פאר זיי, ער האט זייער הנאה געהאט פון דעם געדאנק, מיין שאלה איז נאר אויב איז טאקע ריכטיג אזוי אויסצולערנען פאר קינדער, צו נקמה נעמען און שלאגן? עס זעט מיר נישט אויס ווי דאס איז א וועג ווי א איד מעג זיך פירן.
איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר געבן די ריכטיגע הדרכה אין דעם ענין.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת מטות מסעי, כ"ב תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
אודאי און אודאי דארף מען אויסלערנען די קינדער מידות טובות און נישט טון נקמה, אבער אז עס קומט א קינד מיט שלעכטע נאטורן און טרעפט א שוואכע קינד און טוט אים מזיק זיין - דארף מען זיך אליין ראטעווען, און עס שטייט קלאר אין די פוסקים (חושן משפט סימן תכא, סעיף י): "יש לו רשות לשני לחבול, כדי להציל עצמו בו", מען מעג יענעם שעדיגן כדי זיך צו באשיצן.
אז אייער זון אדער טאכטער דערציילט טאג נאך טאג אז א קינד טוט אים רודפ'ן - דארף מען דאס קודם פעסטשטעלן אויב איז דאס נישט קיין דמיון, און אז מען זעט אז דאס איז אמת - פרובירט מען מיט גוטן, אדער רעדט מען צו יענעמ'ס עלטערן, אדער איז מען יענעם משחד מיט נאשערייען, און אז עס העלפט נישט - דארף מען אויסלערנען דאס קינד זאל יענעם געבן טועם זיין פון די מאכלים וואס ער קאכט.
מוהרא"ש זכות יגן עלינו האט דערציילט, דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער האט אמאל אפגעשטעלט דאס אויפנעמען די מענטשן, ווען א פרוי איז אריינגעלאפן מיט א געוויין אז איר מאן שלאגט איר און דער רבי געררופן דעם גבאי ר' יוסל אשכנזי ער זאל שוין גיין רופן איר מאן. ווען ער איז געקומען האט דער רבי גענומען דעם שטעקן, ער האט אים אנגעהויבן געבן מכות און געזאגט: "מן הסתם האסטו נאך קיינמאל נישט פארזוכט קלעפ, וויל איך דו זאלסט שפירן ווי אזוי דאס שפירט ווען דו שלאגסט דיין ווייב".
אזוי אויך ביי קינדער, אמאל קען זיין אז די קינדער וואס שלאגן, ציפן און טשעפען האבן נאכנישט פארזוכט דעם טעם, דארף מען זיי דאס געבן צו שפירן.
לערנט אויס אייערע קינדער קיינמאל נישט טשעפען אנדערע, קיינמאל נישט וויי טון אנדערע, און אויב איינער האט וויי געטון אדער געטשעפעט - טאר מען נישט מאכן קיין נקמה, אבער בשעת מעשה ווען איינער שלאגט, ציפט - מעג מען זיך באשיצן.
בעטס דעם אייבערשטן יעדן טאג פאר גוטע קינדער. מען האט געפרעגט דעם הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו ווי אזוי ער האט זוכה געווען צו אזעלכע גוטע קינדער, האט ער געענטפערט: "יעדע נאכט בשעת איך האב געזאגט תיקון חצות האב איך אנגעפולט א כוס מיט טרערן, איך האב געבעטן פאר גוטע קינדער"; דאס איז דער וועג ווי אזוי מען איז זוכה צו ערליכע דורות.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.