שאלה אין קורצן ענין
#1 - מעג מען אזוי אנהאקן א קינד?
חינוך הילדים, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס איז יעצט פארגעקומען א מעשה אין מיין קלאס, און איך וויל עס אויסשמועסן מיט'ן ראש ישיבה שליט"א. די קינדער האבן געהאלטן אינמיטן דאווענען אינדערפרי מיט א רואיגקייט, אינמיטן קומט דער מנהל אריין צוזאמען מיט א אינגל פון די קלאס, עס שפריצט פייער פון זיינע אויגן און נאז, און ער רופט אויס אז דער אינגל (זיבן יאר אלט) האט אנגעווארנט איינעם אז ער וועט אים אפהאקן די הענט, וויל ער יעצט ווייזן פאר יעדן, און טאקע אויף דעם אינגל'ס האנט, וואס עס מיינט אפהאקן א האנט.


ער געבט א שלעפ דעם אינגל'ס האנט און נעמט זיך האקן ווי א מעסער מיט כעס און כח, דער אינגל האט זיך גענומען אזוי צו וויינען, און ער איז נאכאלץ נישט געווען צופרידן און ער זאגט "יעצט געב מיר דיין אנדערע האנט", און ער האקט אריין אין די קליינע דארע הענטעלעך, און אזוי איז ער געגאנגען צוריק צום אנדערן הענט, אזוינע זעצעס וואס אפילו פאר אן ערוואקסענעם וואלט עס שטארק וויי געטון, איך האב ממש נישט געקענט קוקן אויפ'ן מנהל, מען טאר דאך נישט קוקן אין פנים פון איינעם וואס איז אין כעס.


מיין שאלה איז צי איך מעג ארויסווייזן דוקא אן אפענע אהבה צו דעם אינגל, אפילו ווען אנדערע קינדער באמערקן אז איך געב אים מער פון יעדן, קארטלעך וכדומה? און וואס דארף איך בכלל טון אין אזעלכע צייטן, איך מעג דאס דערציילן פאר די עלטערן? עס איז ליידער נישט דאס ערשטע מאל וואס איך האלט אזאנס מיט.


יישר כח פאר אלע שיעורים ביז אהער, עס געבט מיר א קלארקייט און רואיגקייט אינעם טאג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, כ"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן די שוידערליכע בריוו.


אודאי זאלסטו געבן מער ליבשאפט פאר דעם קינד, און אודאי זאלסטו דערציילן פאר די עלטערן די מעשה וואס האט פאסירט; די עלטערן דארפן וויסן יעדע ריר וואס טוט זיך אין חדר מיט זייערע קינדער, ווייל די מעשיות זענען גורם אז די יוגנט גייט ארויס לתרבות רעה, ווייל אנשטאט מחנך זיין די קינדער - טוט מען זיי צערייסן זייער נפש, רוח ונשמה.


ביי אזא מעשה וואס האט פאסירט, ווען א קינד קומט דערציילן פארן מנהל אז א צווייטע קינד האט אים דערשראקן אז ער גייט אים אפהאקן די הענט השם ישמרינו - דארף דער מנהל ערשט בארואיגן דעם קינד, אים זאגן: "קיינער האקט נישט אפ קיין הענט, האב נישט מורא, עס איז דא מענטשן מיט א צעלאזטע שפראך, יעדע ווארט איז 'איך גיי דיך הרג'ענען, איך גיי דיך בא'מקל'ען די ביינער וכו'', מען דארף נישט מורא האבן"; און דער מנהל דארף נעמען דעם אנדערן קינד און אים פרעגן וואס די מעשה איז געווען, "פארוואס סטראשעסטו אנדערע קינדער? פארוואס ווארפסטו א פחד? און אפילו איינער האט דיך בא'עולה'ט - רעדט מען נישט אזוי", און אז מען זעט אז דער קינד טוט ווייטער די זאכן - געבט מען א קנס, ער זאל נישט קענען שפילן ביי הפסקה וכדומה לזה, אבער חס ושלום טון אזעלכע מעשיות, דאס איז נישט קיין חינוך, דאס איז אכזריות השם ישמרינו.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, געב אכטונג אויף די קינדער, קוק אויף די קינדער ווי זיי זענען דיינע אייגענע קינדער, קוק אויף זיי מיט רחמנות. די הייליגע חכמים זאגן (סנהדרין יט:): "כָּל הַמְלַמֵּד אֶת בֶּן חֲבֵרוֹ תּוֹרָה, מַעֲלָה עָלָיו הַכָּתוּב כְּאִילוּ יָלְדוֹ"; מוהרא"ש זאגט פשט, דאס איז נישט קיין שבח, אז מען זאגט פארן מלמד 'דיינע תלמידים זענען אזוי ווי דיינע קינדער', נאר דאס איז א התחייבות, מען פארלאנגט פון אים ער זאל צוגיין צום קינד און טראכטן: 'דאס איז מיין קינד, און אז מיין קינד פירט זיך אויף נישט ריכטיג וואלט איך אים צעבראכן זיינע הענט?' ווער וואלט אזוינס געטון מיט זיינע אייגענע קינדער?


געב דעם קינד אסאך ליבשאפט, געב אים א גלעט, וועט זיין נפש פארהיילט ווערן; געב אים א שמייכל, וועט מען קענען ראטעווען זיין עתיד. מוהרא"ש זאגט נאך פונעם הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, ווען ער איז געווען א מלמד פלעגט ער גלעטן די קינדער, ער פלעגט זיי קישן און ליב האבן, און די חידוש איז, אז נישט נאר די קינדער וואס שטעלן זיך צו צום סיסטעם האט ער געקישט און ליב געהאט, די חידוש איז אז ער האט געקישט די קינדער וואס האבן נישט פלייסיג געלערנט, די קינדער וואס האבן נישט געהערט וואס מען רעדט צו זיי וכו', און אזוי האט ער זיי אלע אויסגעהיילט זייער נפש און געברענגט צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א כתיבה וחתימה טובה.