תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין א מיידל, און איך האב ב"ה זוכה געווען צו זיין צוויי מאל ביים ציון פון מוהרא"ש אין יבנאל, און דארט אויסגעזאגט צוויי מאל גאנץ תהלים, און איך האף צום אייבערשטן צו טרעפן מיין ריכטיגע שידוך בקרוב.
איך הער ביי די שיעורים ווי דער ראש ישיבה שליט"א רעדט זייער אסאך וועגן נישט אפזאגן שידוכים, מיין שאלה איז אז אזוי ווי איך וויל זייער שטארק האבן א ברסלב'ע שידוך, אדער כאטש א בחור וואס הערט די שיעורים און פירט זיך לויט די שיעורים, מיינע עלטערן זענען אויך מסכים אויף א ברסלב'ע שידוך אבער דערווייל האט מען נאכנישט אנגעטראגן אזא שידוך.
איז מיין שאלה אויב איך מעג אפזאגן שידוכים, צוליב דעם אז דער בחור איז נישט קיין ברסלב'ער.
א גרויסן יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת ויקהל, כ"א אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן
... תחי'.
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
ווען מען טוט א שידוך דארף מען דער עיקר קוקן אויפן בחור, צי ער האט יראת שמים און גוטע מידות.
אז מען איז זוכה און מען טרעפט א בחור מיט גוטע מידות און יראת שמים האט מען א גוט לעבן, מה שאין כן א בחור אן יראת שמים און אן גוטע מידות איז א סכנה צו לעבן מיט אזא איינעם. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן פאר א טאטע וואס זיכט א שידוך פאר זיין טאכטער (פסחים מט:): זאלסט נישט חתונה מאכן דיין טאכטער מיט אן עם הארץ, "רַבִּי מֵאִיר אוֹמֵר כָּל הַמַשִׂיא בִּתּוֹ לְעַם הָאָרֶץ", ווייל אויב א טאטע נעמט פאר זיין טאכטער א מאן אן עם הארץ, "כְּאִילוּ כּוֹפְתָהּ וּמַנִּיחָהּ לִפְנֵי אֲרִי", איז אזוי ווי ער וואלט איר געבינדן און געלייגט פאר א לייב וואס דאן וואלט איר דער לייב זיכער פארציקט, אזא סכנה איז חתונה צו האבן מיט איינעם אן יראת שמים; אזוי אויך זאג איך אייך, עס איז נישט גענוג צו באקומען א בחור וואס פאררופט זיך א ברסלב'ער חסיד, ווייל נישט יעדער בחור וואס פאררופט זיך א "ברסלב'ער" איז א ברסלב'ער בחור; ליידער ביים רבי'ן אליינס דרייען זיך כל מיני מענטשן וכו' וכו' השם ירחם, דעריבער זאלט איר דער עיקר נאכקוקן אויף זיינע מידות און אויף זיין יראת שמים.
וויסן זאלט איר אז א פרוי האט זייער שטארקע כוחות - סיי לטוב און סיי אויף פארקערט, א פרוי קען אויפהייבן איר מאן ער זאל ווערן א גרויסער צדיק און חס ושלום אים אראפ ברענגען. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (בראשית רבה יז, ז): "מַעֲשֶׂה בְּחָסִיד אֶחָד שֶׁהָיָה נָשׂוּי לַחֲסִידָה אַחַת", עס איז געווען א מעשה מיט אן ערליכער איד וואס האט חתונה געהאט צו אן ערליכע פרוי, "וְלֹא הֶעֱמִידוּ בָנִים זֶה מִזֶּה", און עס זענען אריבער אסאך יארן וואס זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער, "אָמְרוּ אֵין אָנוּ מוֹעִילִים לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא כְּלוּם, עָמְדוּ וְגֵרְשׁוּ זֶה אֶת זֶה", צום סוף האבן זיי זיך גע'גט, "הָלַךְ זֶה וְנָשָׂא רְשָׁעָה אַחַת וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ רָשָׁע", דער ערליכער איד האט חתונה געהאט מיט א שלעכטע פרוי און זי האט אים געמאכט פאר א רשע, "הָלְכָה זֹאת וְנִשַֹּׂאת לְרָשָׁע אֶחָד וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ צַדִּיק", און די ערליכע פרוי האט חתונה געהאט מיט א רשע, און זי האט אים געמאכט פאר א גרויסער צדיק, פירט אויס דער מדרש: "הֱוֵי שֶׁהַכֹּל מִן הָאִשָּׁה", זעט מען פון דעם אז אלעס איז געוואנדן אינעם פרוי; אז איר וועט זיך פירן ווי דער רבי לערנט אונז, איר וועט זיין שטענדיג פרייליך, יעדע זאך וואס איר דארפט נאר וועט איר זיך נאר ווענדן צום אייבערשטן און איר וועט זיך פירן מיט גרויס דרך ארץ, דאן וועט אייער מאן אייך נאכגיין.
בעט'ס דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג וואס זאל זיין אן ערליכע געזונטע פרייליכע בחור; א בחור וואס לעבט מיט די תורה, לעבט מיט אמונה, גלייבט אין דיר און גלייבט אין צדיקים. הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל זוכה זיין אויפצושטעלן דורות ערליכע אידן און איך און מיין מאן זאלן לעבן בשלום מיט אהבה מיט אחוה און פרידן"; אזוי זאלט איר מתפלל זיין און צולייגן בפרטי פרטיות אלע פרטים און פרטי פרטים וואס איר דארפט און ווילסט האבן אין אייער לעבן, וועט אייך דער אייבערשטער העלפן אז איר וועט זוכה זיין צו דעם אלעמען.
דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט זוכה זיין צו טרעפן בקרוב אייער זיווג און אויפשטעלן א שיינע ערליכע אידישע שטוב.