תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין א בחור און איך בין זיך מחיה מיט די הערליכע שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, אין זכות פון די שיעורים האב איך זוכה געווען צום ערשטן מאל די פארגאנגענע יאר מעביר סדרה צו זיין יעדע וואך און איך האב שוין געענדיגט איין מאל משניות.
מיין פראבלעם איז אבער אז סיי מיין ישיבה און סיי מיין משפחה האלטן נישט פון ברסלב, איך מוז זיך באהאלטן ווען איך הער די דרשות, איז מיין שאלה אויב איך מעג הערן די דרשות אין א ריינע בית הכסא?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת וירא, י"ג מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וואויל איז דיר אז דו לערנסט תורה בהתמדה רבה; דו ביסט מעביר סדרה יעדן טאג שנים מקרא ואחד תרגום, אויך האסטו זוכה געווען צו מסיים זיין די ערשטע מאל אין דיין לעבן 'ששה סדרי משנה'. דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט זוכה זיין צו טרעפן בקרוב דיין שידוך און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.
נישט דיין ישיבה און נישט דיין משפחה זענען מתנגדים אויף ברסלב; זיי ווייסן פשוט נישט וואס ברסלב איז. ווען זיי וואלטן געוויסט וואס איז ברסלב'ע חסידות, נישט נאר זיי וואלטן נישט גערעדט אויף ברסלב נאר זיי וואלטן אלע געקומען צום רבי'ן מיט די קינדער.
ליידער ליידן מיר זייער שטארק פון דעם אנשיקעניש וואס רופט זיך: "נַ נַח"; מענטשן מיינען אז דאס איז ברסלב און דאס מאכט אז מענטשן זאלן נישט לאזן זייערע קינדער קומען צום רבי'ן, און ווען עלטערן דערוויסן זיך אז זייער קינד האט שייכות מיט ברסלב וכו' רודפ'ט מען דאס קינד, מען טיילט אפ משפחות איינער פון צווייטן, מען קומט נישט צו די קינדערס שמחות וכו' וכו', דאס אלעס קומט אלץ רעזולטאט פון דעם וואס מען מיינט אז ברסלב איז א צעווילדעוועטע זאך, א פלאץ פון מופקרים וכו'.
די מחלוקת אויף ברסלב איז נישט קיין נייע זאך; אויפן הייליגן רבי'ן אליינס איז שוין אויך געווען מחלוקת. ווען עס האט זיך אנגעהויבן די מחלוקת האט דעמאלט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "מען קריגט נישט אויף מיר, זֵייא הָאבִּין זִיךְ אוֹיס גֶעשְׁנִיצְט אַ מֶענְטְשׁ, אִין קְרִיגְן אוֹיף אִיהם, איך קריג אויך אויף דעם מענטש, - אויף אזא מענטש וואס טוט אזעלכע זאכן וואס טויגן נישט קריג איך אויך"; מענטשן ווייסן נישט וואס ברסלב איז. מען מיינט אז דאס איז א פלאץ פון משוגעים, א פלאץ פון עזות פנימ'ער. דאס מאכט אז יעדער קלוגער טאטע און מאמע זאלן נישט מסכים זיין אז זייער קינד זאל זיך דרייען אויף א פלאץ פון עזות פנימ'ער, וואס באמת האט דאס נישט צוטון מיט ברסלב, ווייל איבעראל זענען דא עזות פנימ'ער.
דו זיי ממשיך מיטן לערנען פלייסיג אויפן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן און נוץ אויס דיינע יונגע יארן, ווייל די תורה וואס מען לערנט אין די יונגע יארן בלייבט אויף א גאנץ לעבן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, כ): "הַלּוֹמֵד יֶלֶד לְמַה הוּא דוֹמֶה, לִדְיוֹ כְתוּבָה עַל נְיָר חָדָשׁ". און דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן עג): "הָעַבְדוּת שֶׁאָדָם עוֹבֵד אֶת הַשֵּׁם בְּבַחֲרוּתוֹ כָּל יוֹם, עֶרְכּוֹ יָקָר מִשָּׁנִים רַבּוֹת שֶׁל עֲבוֹדָה לְעֵת זִקְנָתוֹ", יעדן טאג עבודת השם אין די יונגע יארן איז חשוב'ער פון עטליכע יארן עבודת השם אויף דער עלטער; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנד.): "יַנְקוּתָא כְּלִילָא דְוַרְדָא", די שענסטע תקופה אינעם לעבן פונעם מענטש זענען זיינע יונגע יארן.
דער עיקר זאלסטו זיך צוגעוואוינען צו זאגן אסאך פרקים משניות; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה, פרשה ו): "אֵין כָּל הַגָּלֻיּוֹת הַלָּלוּ מִתְכַּנְסוֹת אֶלָּא בִּזְכוּת מִשְׁנָיוֹת", מיר וועלן אויסגעלייזט ווערן פון גלות בזכות לימוד משניות, סיי די גאולה בכלליות וועט זיין בזכות משניות און אזוי אויך יעדער איינער קען זוכה זיין ארויס צו גיין פון זיין אייגענע גלות אין זכות וואס ער לערנט משניות.
מען קען זיך גארנישט פארשטעלן וואסערע כח משניות האט און וואס עס טוט פארן מענטש; מיר זאגן יעדן טאג ביים דאווענען (תהלים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי", דאס איז ראשי תיבות 'משנ"ה'; אז א מענטש זאגט משניות נעמט עס אים ארויס פון שאול תחתית.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.