שאלה אין קורצן ענין
#1 - מעג מען זיך נאריש מאכן ביים לערנען עברי מיט קינדער?
חינוך הילדים, צדיקים, מלמדים, עברי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן א קליינע שאלה; איך בין אן עברי מלמד, און ווען מען לערנט א-ב און נקודות מיט קינדער, מאכט מען זיך נאריש מיט כל מיני קינדערישע סימנים, קינדערישע וויצן, און דאס גלייכן, אז די קינדער זאלן ליב האבן און געדענקען די אותיות און נקודות.


איך פיר זיך אז ווען איך ענדיג די צורות פון די נקודות כסדרן, זינג איך ווייטער מיט די נקודות ניגון, "א פינטל אינמיטן, איז א מלאפום", אזוי גייט אריין אין קאפ א סימן אויף די מלאפום. אבער אסאך מאל מאכט איך זיך נאריש און ווען איך זינג מיט די קינדער מאך איך בדוקא א טעות און איך זינג "א 'פימפל' אינמיטן, איז א מלאפום", און די קינדער לאכן. נאכדעם זאג אז ניין, ס'איז א טעות, מען דארף זאגן פינטל און נישט פימפל; איז דאס אויסגעהאלטן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו לאזט זיך אזוי אראפ צו די קינדער, דו מאכסט זיי אזוי אינטערעסאנט - זיי זאלן ליב האבן די א-ב, זיי זאלן ליב האבן צו לערנען.


ווען מוהרא"ש פלעגט רעדן פון א צדיק ווי ער לאזט זיך אזוי אראפ צו זיינע תלמידים, פלעגט מוהרא"ש אלץ געבן די משל פון א גוטער מלמד. מוהרא"ש פלעגט זאגן: "א גוטער מלמד איז דער וואס לאזט זיך אראפ צו די קינדער, ער זיצט מיט די קינדער אויפ'ן ערד, ער מאכט מיט די שפילצייג אן אות אלף, אזוי גייט עס אריין אין די מח פון די קינדער. ווען מענטשן זעען דאס, זיי קוקן אריין אין פענסטער פון די כיתה און זעען ווי דער מלמד שפילט זיך אויף דער ערד, פרעגן זיי: 'וואס גייט פאר? דער איז א נארמאלער מלמד? ער שפילט מיט די קינדער?' דער מנהל ענטפערט זיי: 'ווארט, וועט איר אליינס זען, אייער קינד וועט אהיים קומען און וועט קענען די א-ב', - דעמאלט זעט מען אז דאס איז א גוטער מלמד, ער לאזט זיך אזוי אראפ צו די קינדער ביז זיי כאפן אויף גוט דעם לימוד. אזוי איז א צדיק, עס זעט אויס ווי ער איז נאריש, ער רעדט, ער שמועסט, ער לאכט, ער לאזט זיך אראפ צו די תלמידים, אבער שפעטער ווען די תלמידים גייען אהיים, זיי הויבן אן רעדן צום אייבערשטן, זיי הויבן אן לעבן מיט אמונה - דאס איז אלעס דער כח פונעם צדיק".


מוהרא"ש פלעגט אלץ מחזק זיין מלמדים מיט דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כד.) עס איז אמאל געווען א טרוקעניש - עס האט נישט גערעגנט פאר א לאנגע צייט, האט מען זיך צוזאמגענומען אין בית המדרש צו מתפלל זיין פאר רעגן, א פשוט'ער איד איז צוגעגאנגען צום עמוד און גלייך ווען ער האט געזאגט: "מַשִּׁיב הָרוּחַ וּמוֹרִיד הַגֶּשֶׁם" - האט אנגעפאנגען צו רעגענען, האט מען אים געפרעגט: "וואס זענען די גוטע מעשים וואס דו טוסט?" האט ער געזאגט: "איך בין א מלמד דרדקי - איך לערן מיט אידישע קינדער און איך מאך נישט קיין אונטערשייד פון א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר געלט אז איך זאל לערנען מיט אים, אדער א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר נישט; נאך א מנהג האב איך, ווען איך זע א קינד וואס וויל נישט לערנען, בין איך אים משחד; איך קויף אים אונטער, איך האב אין שטוב א פיש טאנק און איך בין אים משכנע אז אויב ער וועט לערנען וועל איך אים ווייזן די פישעלעך און דורכדעם הויבט ער אן לערנען"; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון א מלמד וואס לאזט זיך אראפ צו די קינדער זיי זאלן קענען לערנען.


פינטל, פימפל, סימפל און דימפל, - נישט קיין חילוק וואס דו זאגסט, דער עיקר די קינדער זאלן גוט אויפכאפן די הייליגע א-ב, זיי זאלן קענען גוט ליינען, אויסוואקסן גרויסע צדיקים וואס וועלן לערנען די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.