תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך וויל פרעגן אויב א פרוי מעג זיך שיין מאכן און זיך שמירן דאס פנים ערב שבת, און אזוי צינדן די שבת ליכט? אדער איז עס א בזיון פאר די שבת ליכט אז מען שטייט אזוי פאר די ליכט?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן
מרת ... תחי'.
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
עס איז נישט קיין פראבלעם זיך שיין צו מאכן לכבוד שבת; אדרבה, עס איז א מנהג ביי אסאך מקומות זיך אנצוטון ספעציעלע מלבושים בשעת מען צינדט די ליכט. עס זענען דא וואס זענען מקפיד אנצוטון א טיכל מיט א שירצל ווען מען גייט צינדן די שבת ליכט. מוהרא"ש ברענגט בשם דעם הייליגן מנחת אלעזר זכותו יגן עלינו א רמז אויף דעם, "נר" איז בגימטריא "צעיף" (ליכט באטרעפט אזוי ווי טיכל), און צָעִי"ף איז די ראשי תיבות: עַ'מְּךָ יִ'שְׂרָאֵל צְ'רִיכִים פַּ'רְנָסָה, אידישע קינדער דארפן פרנסה. איז דא וואס בשעת מען צינדט די שבת ליכט טוען זיי אן א טיכל כדאי ממשיך צו זיין פרנסה פאר די גאנצע וואך (עיין דברי תורה חלק ו', סימן סח).
נאך ברענגט מוהרא"ש אז בשעת הדלקת הנרות איז א צייט וואס מען קען פועל'ן קינדער; איז דא וואס טוען אן א שירצל (סינר) וואס קומט מרמז זיין וואס שטייט (ישעיהו נו, ג): "וְאַל יֹאמַר הַסָּרִיס, הֵן אֲנִי עֵץ יָבֵשׁ", א מענטש זאל נישט זאגן: "איך בין א טריקענע בוים וואס קען נישט ברענגען קיין קינדער", דערפאר טוט מען זיך אן די שירצל (סינר) וואס איז די סופי תיבות "וְאַל יֹאמַ'ר הַסָּרִי'ס הֵ'ן אֲנִ'י עֵץ יָבֵשׁ", צו ווייזן אז אפילו די דאקטורים זאגן אז מען קען נישט האבן קיין קינדער, איז נישט דא אזא זאך ווי יאוש; בשעת לעכט צינדן קען מען פועל'ן קינדער.
ווען מען צינדט די שבת ליכט איז זייער א גרויסע צייט; עס ווערט געברענגט פון צדיקים אז בשעת די ליכט ברענען קען דער שטן נישט מקטרג זיין און די מזיקים האבן נישט קיין שליטה. (עיין בעל הטורים פרשת תרומה על הפסוק "וְעָשִׂיתָ מְנֹרַת זָהָב טָהוֹר", שמות כה, לא): "בְּמָקוֹם נֵר אֵין שָׂטָן וְאֵין מַּזִּיק, וּבִזְכוּת נֵר מִצְוָה וְתוֹרָה אוֹר סוֹתֵם פִּיו שֶׁל שָׂטָן מִלְּהַסְטִין"; עס איז א עת רצון צו פועל'ן ישועות בכלל, בפרט קען מען דעמאלט פועל'ן ישועות פאר קינדער.
ווען פרויען וואלטן ווען געוויסט ווי חשוב זייערע תפילות זענען ביים אייבערשטן, בפרט די תפילות וואס מען בעט ווען מען צינדט אן די שבת ליכט וואלטן זיי מתפלל געווען צום אייבערשטן פאר זיך, פאר'ן מאן און בעיקר פאר די קינדער זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן. עס איז נישט קיין בזיון פאר די ליכט אז מען מאכט זיך שיין לכבוד שבת.
רבי נתן זכרונו לברכה האט געבעטן זיין ווייב און טעכטער, אז ווען זיי צינדן אן די שבת ליכט זאלן זיי בעטן: "רבונו של עולם, אזוי ווי איך צינד אן די שבת ליכט און איך מאך ליכטיג דא אין שטוב, זאלסטו ליכטיג מאכן פאר אלע אידן, זאלסט אריין שיינען אין אלע אידן די ליכט פונעם הייליגן רבי'ן"; אזוי דארפן אלע פרויען בעטן: "רבונו של עולם, טאטע זיסער! געב מיר א שיינע שבת, א שיינע לעבן, א לעבן מיט שלום, א לעבן מיט ליבשאפט; איך זאל זיך אויסקומען מיט מיין מאן און איך זאל אים שעצן. רבונו של עולם הער אויס מיין געבעט, העלף מיר איך זאל האבן ערליכע קינדער וואס וועלן דיר דינען מיט ליבשאפט. רבונו של עולם אזוי ווי איך מאך ליכטיג די שטוב איך צינד יעצט אן די שבת ליכט, מאך אונז ליכטיג אונזער לעבן און מאך ליכטיג פאר אלע אידישע קינדער; אלע זאלן וויסן פון דיר, אלע זאלן וויסן פון הייליגן רבי'ן".
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.