שאלה אין קורצן ענין
#1 - מתפלל זיין צו קומען וואוינען אין שטעטל?
דירה, קנאה, יענער, שטעטל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האלט מיט אביסל פון דערווייטנס וואס עס גייט פאר אין שטעטל, אין גן עדן התחתון, ווי אזוי אנשי שלומינו לעבן דארט א אמת'ע גליקליך לעבן, ווי אזוי זיי לעבן מיט'ן אייבערשטן יעדע מינוט, וואסערע פייער פון אמונת צדיקים עס ברענט דארט, און ווי אזוי זיי זענען זיך מחי' מיט'ן ראש ישיבה שליט"א א גאנצן זומער, און ווי זיי באקומען אזויפיל ערליכקייט דארט, ווי זיי שטייגן אין עבודת ה'.


איך וויל פרעגן אויב איך דארף מתפלל זיין אז איך זאל אויך זוכה זיין צו קומען וואוינען אין קרית ברסלב, אדער זאל איך זיין צופרידן וואו איך וואוין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, ד' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אזוי איז אין די וועלט, מען מיינט אלץ אז יענעמ'ס גראז איז גרינער; דער וואס וואוינט דא וויל גיין דארט און דער וואס וואוינט דארט - וויל קומען דא.


דו בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, עס האט נישט מיט די פלאץ, עס האט מיט דעם מענטש. אזוי ווי דער רבי האט געאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן נו), א אידישע הארץ טראכט נישט 'דארט איז בעסער, דא איז בעסער', א אידיש הארץ ווייסט אז איבעראל איז דער אייבערשטער.


עס זענען דא צעבראכענע הערצער וואס ליידן וכו' און ווען זיי ליינען און הערן וכו' ווי פרייליך עס איז דא אין שטעטל, טראכטן זיי אז זייער ביטערניש וועט נעלם ווערן וכו'; דאס איז נאריש, ווייל וואו מען געפינט זיך נאר - קען מען זיין פרייליך און מצליח זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.