שאלה אין קורצן ענין
#1 - איז נאך דא א מעגליכקייט צו ראטעווען אונזער שטוב?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תפילות אויף אידיש, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער מצב ביי אונז אינדערהיים איז זייער שווער, מיר זענען שוין חתונה געהאט פאר איבער 26 יאר, מיר האבן שוין חתונה געמאכט די קינדער, אבער מיין מאן האלט מיך אין איין טשעפען אלע יארן, ער האלט אז איך בין משוגע און ער קלאפט מיר כסדר אראפ, איך פיל אז איך קען מער נישט אנגיין, איך וועל זיך מוזן גט'ן.


איך בין געווען ביי א טערעפיסט, יענער האלט אז מיין מאן איז א נארסעסיסט, א מענטש וואס זעט נאר זיך אליין און קען נישט פארשטיין און האבן מיטגעפיל מיט א צווייטן. יעדעס מאל איך וויל זיך אביסל אויפהויבן דעם קאפ, צעקלאפט ער מיר זייער שטארק.


ער האט געלט און ער האט א גוטע מויל, און אזוי פארנארט ער מענטשן, ער רעדט איין יעדן איינעם אז איך בין גאר דער שלעכטער. מענטשן האבן מיר פרובירט צו העלפן, אבער יעדער האט מורא פון אים. איך האב געהאט אן אפעראציע אויף א געוואוקס אין מח ל"ע, ער דערציילט פאר יעדן אז זייט דעמאלט בין איך משוגע געווארן, ווען באמת האט זיך דעמאלט געעפנט אביסל מיינע אויגן צו פארשטיין ווי אזוי ער נוצט מיר אויס, ער מאכט מיר צו שאנד און צו שפאט.


ווען ער איז געווען געדרוקט אין געלט, האבן מיינע עלטערן אים געהאלפן און אים געבארגט שווערע טויזנטער דאלארן, ער האלט אבער נישט ביים צוריק צאלן, און ווען איך ברענג ארויף די נושא, ווערט ער ממש ווילד, אנשטאט זיי צו שעצן אויף וואס זיי האבן אים געהאלפן, רייסט ער זיי אראפ, ער רעדט אויף זיי, אז זיי זענען קמצנים און אזוי ווייטער. ער האט גענוג געלט, ער העלפט יעדן איינעם, נאר פאר מיינע עלטערן וויל ער נישט באצאלן.


עס איז מיר שווער אראפצושרייבן אלע צרות און פראבלעמען וואס איך בין דורך במשך די אלע יארן, עס איז מיר קיינמאל נישט גוט געווען, ער האט מיר אלץ אויסגענוצט, און יעצט ווייס איך נישט ווי אזוי צו גיין ווייטער; איז נאך דא א מעגליכקייט צו ראטעווען אונזער שטוב?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, א' דראש חודש אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר, דאס לעבן איז אזוי ווי א שפיגעלע; אז איר וועט שמייכלען צום שפיגל - וואס וועט איר זען? איר וועט זען ווי איינער שמייכלט צוריק; אז איר וועט אריינקוקן שטרענג אינעם שפיגל - וואס וועט איר זען? איר וועט זען ווי איינער קוקט צו אייך שטרענג, - פונקט אזוי איז דאס לעבן; אז איר וועט רעדן שיין צו אייער מאן, איר וועט שמייכלען צו אים, איר וועט אים געבן כבוד - וועט ער אויך שמייכלען צו אייך, ער וועט זיין גוט צו אייך, און אז איר וועט טראכטן שלעכטס אויף אים, איר וועט מזלזל זיין אין אים, איר וועט אים טשעפען - וועט ער זיך אויפפירן צו אייך פינקט אזוי.


רעדט שיין צו אייער מאן, רעדט צו אים בדרך כבוד - וועט איר זען ווי עס וועט געשען אזוי ווי א נס, ער וועט פלוצלונג אנהויבן רעדן צו אייך שיין. לאזט אפ די אלטע מעשיות, רעדט נישט פון אלטע זאכן. וואס דארפט איר מאנען פון אייער מאן די געלט וואס אייערע עלטערן האבן אים פארבארגט? וואס דארפט איר אנצינדן א פייער? אז אייערע עלטערן דארפן צוריק דאס געלט - זאלן זיי אים בעטן, דאס האט נישט מיט אייך; איר זאלט שטיין ווייט פון זיין פארמישט צווישן אייער מאן און אייערע עלטערן.


איך קען נישט הערן די ווערטער וואס איר שרייבט: "עס איז מיר קיינמאל נישט גוט געווען", די ווערטער זענען נישט קיין שיינע ווערטער; ווי קען א איד זאגן: "עס איז מיר קיינמאל נישט גוט געווען"? אז מען ווערט פארקלעמט, מען פאלט אריין אין א צרה - בעט מען דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן און העלפן, מען טאר אבער נישט זיין א כפוי טובה צום אייבערשטן און זאגן: "עס איז מיר קיינמאל נישט גוט געווען".


דער אייבערשטער געבט אונז נאר גוטס; אסאך מאל איז פארשטעלט דאס גוטס, עס זעט אויס ווי עס איז שלעכט, אבער חס ושלום זאגן: "עס איז מיר נאך קיינמאל נישט גוט געווען".


אז עס איז אייך שווער און ביטער - זאלט איר אויפזוכן עפעס קליינע ברעקעלעך פון גוטס; זוכט אויף אין אייער שווערע ביטערע לעבן עפעס א פינטעלע וואס עס איז אייך יא גוט, טראכטס פון דעם און דאנקט דעם אייבערשטן דערויף - וועט איר פלוצלונג טרעפן נאך א פינטעלע גוטס, און נאך א ברעקעלע, ביז איר וועט שוין נישט זען קיין שלעכטס, עס וועט אייך ווערן אנדערש דאס לעבן.


דער רבי האט אונז געגעבן א וועג פון לעבן, מען זאל זוכן גוטס; א מענטש זאל קוקן אויף די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אים. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצה) דוד המלך האט שטענדיג געזוכט עפעס גוטס אויף וואס ער קען דאנקען דעם אייבערשטן; אפילו ווען דער אייבערשטער האט געברענגט אויף אים שווערע טעג, צרות ויסורים, האט ער געזוכט אין דעם עפעס גוטס. דוד המלך דאנקט דעם אייבערשטן (תהלים ד, ב): "'בַּצָּר הִרְחַבְתָּ לִּי', רבונו של עולם איך דאנק דיר אויף דעם וואס אין די צרה האסטו מיר ברייט געמאכט".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.