תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך וויל פרעגן וועגן שאטס, וואקסינען. איך ווייס וואס דער ראש ישיבה שליט"א האלט וועגן דעם, אבער ביי אונז אין די משפחה האט מען קיינמאל נישט געגעבן, און ווען נישט עס איז יעצט אזוי שטארק פארשפרייט די מיזעלס קרענק וואלט איך אפילו נישט געפרעגט, ביטע אויב מיר קענען באקומען א קלארע יא אדער ניין.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ג' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן
מרת ... תחי'
איר ווייסט אז דער רבי האט געהייסן געבן שאטס, דער רבי האט געזאגט ווער עס געבט נישט קיין שאטס איז א רוצח, און ווי איר ווייסט איז יעצט אין ארץ ישראל דא די קרענק פון מיזעלס, און נארישע פאר'עקשנ'טע מענטשן געבן נישט די שאטס, און עס איז דא נעבעך קינדער וואס גייען אויס פון די מחלה.
עס איז מיר א וואונדער אז אלעס נעמט מען אן פון רבי'ן, און ביי דער זאך ווערט מען קלוגער פון רבי'ן.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.