תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין א אינגערמאן פון ארץ ישראל, לעצטנס בין איך זיך זייער מחזק מיט אייערע געוואלדיגע שיעורים, איך הער אויס יעדן טאג עטליכע שעה פון די דרשות, און איך וויל אייך דאנקען פון טיפן הארצן פאר אלעס וואס איר העלפט מיר אזוי שטארק ארויס, און איך בין זיכער אז נאך פילע אידן ווערן געהאלפן און מחוזק פון די דרשות און שיעורים.
איך האב געוואלט פרעגן עטליכע זאכן:
א. אזוי בין איך בין א כולל אינגערמאן, און איך לערן צוויי סדרים אין כולל במשך דעם טאג, וויל איך וויסן אויס דער "סדר דרך הלימוד" פון רבי'ן איז אויך נוגע פאר מיר, אדער איז דאס נאר פאר מענטשן וואס לערנען נישט א גאנצן טאג.
ב. עס איז מיר לעצטנס געבוירן געווארן מיין ערשטע מיידל למזל טוב, וויל איך וויסן ווען עס הויבט זיך אן די חינוך ביי מיידלעך, און ווי אזוי איז מען זיי מחנך, לויט די השקפה פון רבי'ן און פון מוהרא"ש.
ג. אזוי ווי איך האב אנגעהויבן מקורב צו ווערן צום הייליגן רבי'ן, וויל איך וויסן וועלכער ספר פון רבי'ן זאל איך קודם לערנען.
ד. רצונינו לראות את מלכינו, ס'איז דא דא אין ארץ ישראל הונדערטער און טויזנטער אידן וועלכע ווארטן בכליון עינים אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל דא קומען געבן שיעורים און זיי מחזק זיין. איך בעט אייך בכל לשון של בקשה אז איר זאלט קומען אביסל דא קיין ארץ ישראל צו מחזק זיין די אידן פון דא.
נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר אלעס.
פנחס מנחם
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד פנחס מנחם נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו ביסט זיך מחזק מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן; דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק, קען מען זיין אן ערליכער איד. נישט סתם אן ערליכער איד, נאר אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; דער רבי ברענגט אונז צום אייבערשטן, מיר זאלן לעבן מיט אמונה, מיט תכלית. דער רבי געבט אונז א וועג ווי מיר קענען זוכה זיין דורכדעם צו לערנען און ענדיגן כל התורה כולה (עיין שיחות הר"ן סימן עו).
דער דרך הלימוד פון רבי'ן איז א דבר השוה לכולם; סיי פאר א גוטע קאפ, און סיי פאר א שוואכע קאפ. דער רבי האט בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן מו): "איך קען ווייזן פארן גרעסטן למדן אז ער פארשטייט גארנישט, און איך קען ווייזן פארן שוואכסטן קאפ אז ער קען יא לערנען".
דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פונעם דרך הלימוד (שיחות הר"ן, סימן עו); אז מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין גלייך בשעת מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין, ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין; ווען מען לערנט אויף דעם סדר דרך הלימוד איז מען זוכה אנצוקומען אסאך מער ווי ווען מען לערנט שטייט און מען קלערט אריין אין יעדע ווארט, וואס דאס שטערט נאר דאס לערנען. זייער אסאך מענטשן האבן אינגאנצן אויפגעהערט צו לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן געלערנט און געקוועטשט וכו'. אבער אז מען געוואוינט זיך צו, צו לערנען שנעלערהייט, וועט מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך, מען וועט קענען דורך לערנען די גאנצע תורה - גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך מיט אלע מדרשים, זוהר הקדוש וכו'.
דאס וואס דו פרעגסט צי דער סדר דרך הלימוד איז אויך פאר כולל אינגעלייט אדער נאר פאר שוואכע בחורים; דער סדר דרך הלימוד פון רבי'ן איז פאר יעדן איינעם, אדרבה! דער למדן און דער מתמיד, ווען זיי נעמען דעם רבינ'ס וועג פון לערנען, קענען זיי אנקומען צו גאר גרויסע זאכן. וואס זאל איך דיר זאגן, די אלע וואס האבן גענומען דעם רבינ'ס ווערטער בתמימות ובפשיטות, זיי האבן אנגעפאנגען צו לערנען אויפן סדר דרך הלימוד, האבן זייער שיין מצליח געווען.
דאס וואס דו פרעגסט פון ווען עס הייבט זיך אן חינוך וכו'; מוהרא"ש זאגט: "חינוך הייבט זיך אן נאך פאר די קינדער ווערן געבוירן". קינדער וואס זעען ווי די עלטערן פירן זיך אויף ערליך, איידל וכו' וועלן זיי אויך זיין ערליכע אידן. א טאטע וואס גייט יעדן טאג אין שול דריי מאל א טאג, זעען דאס די קינדער, און זיי וועלן דאס נאכמאכן. אבער א טאטע וואס דאווענט נישט, אדער ער טוט א טובה ער שטעלט זיך אין שטוב ביים וואנט און מורמעלט אפאר ווערטער וכו' וכו', אן די בגדים וכו', וועלן די קינדער נישט גיין דאווענען; מען געבט זיך איין דריי און די קינדער זענען גרויס, דעמאלט קען מען נישט אנכאפן א קינד און אים שלעפן ביים אויער און שרייען: 'גיי דאווענען!' נאר אז א קינד זעט ווי דער טאטע האט א געפיל צום דאווענען, ער קומט אין שול און דאוונט, ער רעדט נישט ביים דאווענען, אזא קינד וועט אויך דאווענען. אבער אז דער קינד זעט ווי דאס גאנצע דאווענען איז א ליצנות ביי זיין טאטע, וועט ער אויך נישט דאווענען.
בנוגע וואסערע ספרים דו זאלסט אנהייבן לערנען; מאך זיך א שיעור אין שיחות הר"ן, און אין חיי מוהר"ן, דאס איז גרינגער צו פארשטיין.
דאס וואס דו פרעגסט ווען איך קום אויף ארץ ישראל וכו'; עס איז זייער שווער פאר מיר איבער צו לאזן די ישיבה, ביי מיר איז דאס די חשוב'סטע זאך - זיצן מיט בחורים און זיי מחזק זיין. קיינער פארשטייט נישט קיין בחורים, קיינער ווייסט נישט זייער צעבראכענע הארץ, זיי ווילן אזוי שטארק זיין ערליך און עס גייט זיי אזוי שווער.
איך האף אם ירצה ה' בקרוב צו קומען אויף א צוויי דריי טעג.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.