תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין א חתן, איך גרייט זיך אויף מיין חתונה בשעה טובה ומצלחת, און איך וויל וויסן ווי אזוי איך קען תשובה טון אויף פגם הברית.
איך ווייס אז דער רבי זאגט אז יעדער קען תשובה טון, אבער למעשה וויל איך וויסן ווי אזוי מ'פאררעכט דאס. איך ווייס אויך אז דער רבי האט געזאגט אז דער עיקר תשובה איז אפצושווייגן אויף בזיונות, וואס זאל איך אבער טון אז ס'קומט מיר נישט אונטער קיין בזיונות?
אויך וויל איך וויסן, אזוי ווי איך זע אז אלס חתן בין איך ליידער אויך אראפגעפאלן, וויל איך וויסן צי ס'גייט זיך טאקע טוישן ביי מיר נאך די חתונה? ווייל איך זע בריוו פון אינגעלייט וואס זאגן אז זיי פאלן אויך אראפ.
א גרויסן יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת תצוה, ח' אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד החתן ... נרו יאיר.
מזל טוב חתן! דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט אויפשטעלן אן ערליכע אידישע שטוב.
דו דארפסט זיך זייער פרייען אז דו גייסט שוין צו דיין חתונה; דו ווייסט דאך אז פאר א חתן איז מען מוחל אלע עבירות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש שמואל יז, א; הובא ברש"י בראשית לו, ג): "שְׁלֹשָׁה מוֹחֲלִים לָהֶן עֲוֹנוֹתֵיהֶן - גֵּר שֶׁנִתְגַּיֵּר, וְהָעוֹלֶה לִגְדוּלָּה, וְהַנּוֹשֵׂא אִשָּׁה", פאר די דריי מענטשן איז מען מוחל זייערע עבירות, א גר וואס איז זיך מגייר, ווען איינער איז עולה לגדולה און א חתן וואס האט חתונה, אזוי ווי עס שטייט "מָחֲלַת" - שֶׁנִּמְחֲלוּ עֲוֹנוֹתָיו.
יעצט ווען דו גייסט חתונה האבן גייסטו אנהייבן א נייע בלעטל אין לעבן; דער הייליגער רבי האט אמאל נאכגעזאגט פאר א חתן דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות יז.): "כֵּיצַד מְרַקְּדִין לִפְנֵי הַכַּלָּה", און דער רבי האט אים דאס מסביר געווען: "כֵּיצַד 'מְרַקְּדִין וּמְדַלְּגִין' עַל מַה שֶּׁהָיָה לִפְנֵי הַכַּלָּה, הַיְנוּ לִפְנֵי הַחֲתֻנָּה", אז מרקדים איז טייטש 'טאנצן און שפרינגען'; מען דארף איבערשפרינגען וואס איז געווען פאר די חתונה; דאס הייסט, אז א חתן דארף פארגעסן זיין גאנצע עבר און אנהייבן פון דאסניי (חיי מוהר"ן, סימן תקפו).
איך בעט דיר טייערער חתן, שלעפ נישט מיט מיט דיר דיין גאנץ לעבן דיינע אלטע חטאים. וואס איז געווען איז געווען, יעצט הייבט זיך אן אלעס פונדאסניי; איך ווייס אז דער יצר הרע פארגינט דיר נישט אז דו גייסט חתונה האבן און דו גייסט ווערן הייליג און ריין, דערפאר ברענגט ער דיר אריין כל מיני פראגעס און ער צעברעכט דיר מיטן מאכן טראכטן אז דו וועסט אייביג אראפ פאלן וכו'.
בעט איך דיר חתן, פארגעס וואס איז געווען און הייב אן מיט א נייע התחלה; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "'ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, אבער ביי מיר איז שכחה א גרויסע מעלה', ווייל ווען עס וואלט ווען נישט געווען שכחה וואלט מען נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, מען וואלט נישט אויפגעהערט צו טראכטן פונעם פארגאנגענהייט, פון אלע דורכפעלער און אלע פראבלעמען וואס מען איז אדורך, און דאס וואלט געמאכט אז דער מענטש זאל נישט וועלן נאכאמאל פרובירן צו זיין אן ערליכער איד, אבער יעצט אז עס איז דא שכחה, קען מען זיך באנייען און אנהייבן פונדאסניי".
מאך זיך א שיעור אין משניות, דאס וועט דיר אויסוואשן פון דיינע חטאים; אפילו דו פארשטייסט נישט אין אנהייב וואס דו לערנסט זאלסטו זאגן די ווערטער, ווייל ווער עס זינדיגט אין די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן ווער אים פאר'תם'ט די קאפ אז ער קען זיך שוין נישט קאנצעטרירן און פארשטיין וואס ער לערנט. זאלסט זאגן אסאך משניות וועסטו זיך אינגאנצן אפוואשן פון דיין עבר און דו וועסט זיין אפגעהיטן אויף ווייטער.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט גיין צו דיין חתונה מיט מזל און ברכה.