שאלה אין קורצן ענין
#1 - עס איז דא אסאך מחלוקת אין די שול וואו איך דאווען
חסידות ברסלב, מחלוקת, בית המדרש

תוכן השאלה‎

לכבוד הרב ר' יואל שליט"א,


איך דאווען אין א געוויסע ברסלב'ע בית המדרש, אבער עס שטערט מיך זייער שטארק אז מען האלט זיך אין איין קריגן דארט, ממש אויף שטותים, עס איז ממש א ווייטאג און א בזיון פאר'ן רבי'נס נאמען.


אין אנהויב האב איך געטראכט אז איך וועל זיצן אין מיין ווינקל און לערנען און דאווענען אבער עס איז כמעט נישט מעגליך נישט צו ווערן מיטגעשלעפט. זאל איך אוועקגיין דאווענען? איך ווייס נישט וואס צו טון.


אהרן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


                                             יום ג' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אהרן נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זייער א וויכטיגע זאך אז מען זאל האבן איין שול וואו מען דאווענט, און נישט בייטן און ארום לויפן יעדע שטיק צייט צו א צווייטע שול.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:): "כָּל הַקּוֹבֵעַ מָקוֹם לִתְּפִלָּתוֹ, אֱלֹקֵי אַבְרָהָם בְּעֶזְרוֹ", ווער עס איז זיך קובע א פלאץ וואו צו דאווענען בקביעות, וועט דער אייבערשטער וואס האט געהאלפן אברהם אבינו אים אויך העלפן, "וּכְשֶׁמֵּת, אוֹמְרִים לּוֹ, אִי עָנָיו, אִי חָסִיד, מִתַּלְמִידָיו שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ", און ווען דער מענטש שטארבט זאגט מען אויף אים ביים הספד: וויי פאר דעם עניו וואס איז נפטר געווארן, וויי פאר דעם חסיד וואס איז נפטר געווארן, ער איז געווען פון די תלמידים פון אברהם אבינו; זעט מען דאס גרויסקייט פון דאווענען אין א באשטימטע פלאץ.


לכאורה, דארפן מיר פארשטיין וואס די גמרא זאגט דא; אז א מענטש איז זיך קובע א פלאץ וואו צו דאווענען קומט אים שוין אזעלכע טיטלען: "עניו", "חסיד", "מתלמידיו של אברהם אבינו", וואס האט ער שוין געטון אז מען געבט אים אזעלכע טיטלען?! ווען איך פלעג לערנען די גמרא איז דאס מיר זייער שווער געווען, ביז איך האב געטראפן א בריוו פון מוהרא"ש וואו מוהרא"ש איז זייער שיין מסביר די גמרא (אשר בנחל, מכתב יט אלף, קפה); אז געווענליך אין א שול קען זיך מאכן וויכוחים און אומבאקוועמליכקייטן, בפרט ביי חסידים וכו'; ממילא, אויב א מענטש איז זיך קובע א בית מדרש וואו ער דאווענט, און ער גייט נישט אוועק פון דארט, ער בלייבט דארט דאווענען אפילו עס איז נישט אזוי באקוועם, אפילו מען טענה'ט זיך וכו', דאס איז א סימן אז דער מענטש איז א "עניו" און א "חסיד", אזא מענטש איז "מתלמידיו של אברהם אבינו", ווייל אויב וואלט ער נישט געווען קיין עניו, וואלט ער שוין לאנג אוועק געלאפן פון דארט, און נאכדעם וואלט ער אוועקגעלאפן פון דעם אנדערן שול, און אזוי ווייטער, אבער ווען א מענטש איז א עניו, ער ווייסט ביי זיך: 'איך בין גארנישט, איך דארף גארנישט, איך האב גארנישט און איך וויל גארנישט; איך קום נישט צו קיינעם דא אין שול, איך קום נאר צום אייבערשטן', דאס איז א סימן פון אן ערליכער איד.


דו זאלסט קיינמאל נישט האבן א חלק אין קיין שום מחלוקת, בפרט אין מחלוקת וואס איז לשם שמים, ווייל דאס איז זייער א מסוכנ'דיגע זאך.


וואס זאל איך דיר זאגן, איינער וואס לעבט מיט אביסל ישוב הדעת, דער לעבט מיט תכלית; ער ווייסט ביי זיך 'נאך אביסל וועל איך אוועק גיין מזה העולם, מען וועט מיר אויסטון מיינע קליידער און מיך אריין לייגן אין דער ערד; קיינער וועט נישט טראכטן מער פון מיר, קיינער וועט נישט זארגן פאר מיר, פארוואס זאל איך זיין פארנומען מיט מחלוקת און קריגערייען, וואס וועל איך האבן פון דעם?' אזא איינער קריגט זיך נישט מיט קיינעם, ער לעבט בשלום מיט אלעמען.


מוהרא"ש, ווען ער פלעגט וועלן געבן א משל אז מען זאל אנטלויפן פון מחלוקת, פלעגט ער שטענדיג נעמען אלץ משל איינער וואס ליגט אין שפיטאל קראנקערהייט, פאר א מענטש וואס געפונט זיך אין אזא מצב לא עלינו וועט נישט אינטערעסירן קיין שום מחלוקת און קיין שום פאליטיק, מוהרא"ש פלעגט זאגן: פראבירט צו צו גיין צו איינעם וואס ליגט טויט קראנק, זאג אים אריין אין אויער "דו ווייסט, דער און דער איז א שגץ"; "דו ווייסט וואס טוט זיך דארט ביי דעם רבי'ן... אויף טיש און אויף בענק", וואס וועט דער חולה זאגן? "איך בעט דיר, לאז מיר אפ; איך גיי שוין שטארבן. וואס ווילסטו פון מיר? קוק מיר אן, קוים וואס איך אטעם, קוים וואס איך לעב, וואס גייט מיר אן וואס מען רעדט אויף א צווייטן?"


די אלע וואס שטייען אין שפיץ און פירן אן מחלוקת זענען פוסטע לייט; קוק וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין עא:): ווען צוויי מענטשן קריגן זיך, און איינער פון זיי שווייגט, זאלסטו וויסן אז דער איז א גרעסערער מיוחס, און פארקערט אויך, ווער עס קריגט זיך מיט יעדן איינעם, דער איז נישט בסדר; אפילו ער זעט אויס ווי א צדיק, איז ער א משוגע'נער צדיק - ווי דער רבי רופט אזא איינעם (ספורי מעשיות, מעשה ג - מחיגר); דער רבי פארציילט דארט, אז ווען די גזלנים זענען אנגעקומען צו דעם פלאץ וואו דער חיגר האט אויסגעשפרייט די שטויב, האבן זיי אנגעהויבן שרייען אויף זייערע טעג און יארן, זיי האבן תשובה געטון; אבער וויבאלד עס איז געווען דארט אויסגעמישט פון די שטויב פון משוגעים, זענען זיי געווארן "משוגע'נע צדיקים"; זיי האבן זיך אנגעהויבן צו קריגן איינער מיטן צווייטן. דער האט געשריגן: "איבער דיר האבן מיר געטוהן די אלע עבירות", און דער האט געשריגן: "איבער דיר וכו'", ביז זיי האבן זיך אויסגע'הרג'ט איינער דעם צווייטן. קוק נאך די מעשה.


דערפאר זאלסטו ווייטער דאווענען אין דיין ווינקל, און זיי זיך נישט מבלבל פון א צווייטן; דו קוק נאר אויף דיר און אויף דיינע קינדער, דאן וועט דיר גוט זיין אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט.