תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב שוין געשריבן עטליכע מאל פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אז מיינע קינדער געבן מיר עסן מרור, און כאטש וואס יעצט ווילן זיי האבן קשר מיט מיר, בין איך אבער נמאס געווארן פון זיי. ס'קען זיין אז איך אנטלויף פאר שלחן עורך, אבער איך שפיר אז איך האב מער נישט קיין כח צו זיי, איך מאך אסאך התבודדות וועגן דעם, איך פיל אבער אז ס'העלפט נישט.
איך וועל אייך געבן א משל וואס איך האב געהאט די וואך. איין טאג בין איך געווען ממש איבערגעפילט מיט צער און איך בין געגאנגען זיך אויסרעדן מיין הארץ צום אייבערשטן, איך האב געשפירט ווי איך האב ארויסגעגעבן מיין גאנצע צער, ווען איך בין אבער צוריק געקומען האב איך געטראפן מיין זון נאך ליגן אין בעט, דאס האט מיר אזוי אויפגערעגט, אז די גאנצע שעה התבודדות איז געווען לא נודע כי באו אל קרבנה.
ביטע העלפט מיר ארויס. יישר כח.
אפרים
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת ויקרא, כ"ד אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך הייב אן טראכטן אז עפעס גייט פאר מיט דיר... זיי מיר מוחל אויף וואס איך גיי דיר זאגן אבער איך הייב אן פארשטיין דיינע קינדער. אויב דו ביסט א מענטש וואס רעגט זיך אויף ווען דו זעסט דיין זון שלאפן וכו' דארפסטו קודם אסאך ארבעטן אויף דיר פאר דו ביסט פארנומען מיט דיינע קינדער.
נאכן ליינען דיין בריוו פארשטיי איך וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות התבודדות, סימן ב): "עַל-יְדֵי הִתְבּוֹדְדוּת וּמַפְנֶה לִבּוֹ לְבַטָּלָה, בָּא לְכַעַס"; זיי מיר מסביר וואס עס שטערט דיר אז דיין זון שלאפט זיך אויס אביסל? דו שרייבסט אז דאס האט דיר זייער אויפגערעגט; פריי דיך אז דיין זון קומט אהיים, ער שפירט זיך גוט אין שטוב און ער לויפט נישט אוועק וכו'.
דו האסט מיר שוין געשריבן זייער אסאך בריוו אז דו דארפסט חיזוק מיט דיינע קינדער, אז צוויי קינדער זענען אנטלאפן פון שטוב און יעצט זאגט דער דריטער אז ער גייט אוועק גיין וכו'; יעצט זע איך אז דו ביסט נישט גערעכט. קודם כל וואס הייסט "דו ביסט נמאס געווארן פון זיי"? דו שרייבסט אז זיי ווילן האבן קשר מיט דיר אבער "דו ביסט נמאס געווארן פון זיי"; אז דו ביסט נמאס פון זיי פארוואס זאלן זיי וועלן זיין אין שטוב? קוק וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן קז): "הַבָּנִים שׁוֹטִים, כְּשֶׁאֲבִיהֶם כַּעֲסָן", קינדער וואקסן אויף שוטים ווען זיי האבן א טאטע א כעסן.
ווען דו גייסט התבודדות זאלסטו קודם בעטן דעם אייבערשטן פאר דיר, אז דו זאלסט לעבן מיט ישוב הדעת, דו זאלסט זיך נישט אויפרעגן און דו זאלסט לעבן מיט אמונה אינעם אייבערשטן; אז דיין גאנצע התבודדות וועט זיין נאר אויף דיר וועסטו זיך נישט אויפרעגן נאכן גיין התבודדות, פארקערט, דו וועסט ווערן בטל צום אייבערשטן, גארנישט וועט דיר שטערן און גארנישט וועט דיר קענען אויפרעגן.
אודאי זאלסטו בעטן אז דיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן און זיי זאלן דיר ברענגען נחת וכו', אבער דער עיקר זאלסטו בעטן אז דו זאלסט לעבן מיט אמונה, דו זאלסט וויסן מיט א קלארקייט אז עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט אויסער דעם אייבערשטן.
דער רבי זאגט (ספר המידות, אות כעס, סימן לה): "כַּעַס בָּא עַל-יְדֵי הִתְבּוֹדְדוּת שֶׁאֵינוֹ כָּרָאוּי", אז דו וועסט בעטן אויף אמונה וועסטו זיך נישט אויפרעגן ווען עפעס וועט גיין אקעגן דיין ווילן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.