תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
יישר כח פאר אלע שיעורים און התחזקות, דער אייבערשטער זאל געבן כח פאר'ן ראש ישיבה שליט"א ווייטער אנצוגיין.
איך הער ברוך ה' אויס די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א נאך פון אלס בחור, איך פלעג כסדר הערן ביי די שיעורים ווי דער ראש ישיבה שליט"א זאגט פאר די בחורים אז אלס בחור גרייט מען אן איין נעגל וואסער, און נאך די חתונה גרייט מען אן צוויי, אויך פאר די ווייב. ברוך ה' אז מיין ווייב קומט פון אן ערליכע שטוב און זי פלעגט זיך אנגרייטן נעגל וואסער אלס מיידל, אבער זייט מיר האבן חתונה געהאט גרייט איך איר אן יעדע נאכט נעגל וואסער.
עס איז אבער ארויסגעקומען פון דעם אז מיין ווייב האט כמעט פארגעסן פון אנגרייטן נעגל וואסער אליין, צום ביישפיל יעדעס יאר נאך ראש השנה זאגט זי מיר אז זי האט נישט געדענקט קיין איין נאכט אנצוגרייטן, אדער אויב מאכט זיך אז איך בין צו שטארק אויסגעמוטשעט און איך בעט איר אנצוגרייטן, וועט זי פארגעסן; וואס זאגט דער ראש ישיבה שליט"א אויף דעם?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ה' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), י"ט סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וואויל איז דיר אז דו ביסט מקפיד אויף אנגרייטן נעגל וואסער איידער דו גייסט שלאפן, אז אינדעפרי זאלסטו זיך קענען הייליגן מיט אפגיסן נעגל וואסער, און זייער גוט טוסטו אז דו ביסט מחזק אין שטוב דיין ווייב זי זאל זיך אויך וואשן ביים בעט נעגל וואסער, וואס דאס איז א יסוד היסודות אין א אידישע שטוב.
מוהרא"ש זאגט אז דער הייליגער רבי ר' זושא פון האניפאלי זכותו יגן עלינו האט מקבל געווען פון זיין רבי דער הייליגער מגיד פון מעזריטש זכותו יגן עלינו וואס ער האט דאס מקבל געווען פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו אז מען טאר נישט אראפטרעטן פון בעט בעפאר מען גיסט זיך אפ נעגל וואסער, און ווער עס גייט אראפ פון בעט אן נעגל וואסער אויף אים איז געזאגט געווארן דעם פסוק (תהלים לו, ה): "יִתְיַצֵּב עַל דֶּרֶךְ לֹא טוֹב, רָע לֹא יִמְאָס", דאס שלעכטס וועט אים נאכלויפן א גאנצן טאג.
זיי מחזק דיין ווייב זי זאל זיין שטארק מיט נעגל וואסער, אזוי וועט איר זוכה זיין צו ערליכע קינדער. מוהרא"ש דערציילט, אמאל איז א פרוי געקומען צום גרויסן גאון דער סטייפלער זכותו יגן עלינו, זי האט געוויינט אז אירע קינדער פאלן אוועק פון אידישקייט, און ממש יעצט האט איר זון זיך אפגעשניטן די פיאות רחמנא לצלן, האט דער סטייפלער גאון איר געפרעגט: "איר גיסט זיך אפ נעגל וואסער אינדערפרי?" די פרוי איז רויט געווארן פאר בושה און מודה געווען אז זי גיסט זיך נישט אפ קיין נעגל וואסער, האט דער סטייפלער גאון איר געזאגט: "וואס ווילט איר פון מיר? אז מען גיסט נישט אפ נעגל וואסער בלייבט די טומאה אויף די הענט; וואס מען כאפט אן ווערט טמא, ממילא איז די גאנצע שטוב פול מיט א רוח טומאה רחמנא לצלן, וואס קען איך אייך טון אז איר אליינס האט גורם געווען די צרות?" זעט מען וואס פאסירט ווען מען גיסט זיך נישט אפ נעגל וואסער.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.