שאלה אין קורצן ענין
#5 - וואס זענען די הלכות ביים אפגיסן נעגל וואסער?
הלכה, צניעות, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, שאלות, תפלות אויף אידיש, נעגל וואסער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים, דאס געבט מיר פילע עצות און חיזוק אין לעבן. איך בין נתעורר געווארן פון די שיעורים אפצוגיסן נעגל וואסער יעדן טאג, דעריבער וויל איך פרעגן עטליכע שאלות וועגן נעגל וואסער.


א. אויב מ'שטייט אויף אינמיטן די נאכט, דארף מען זיך אפגיסן נעגל וואסער?


ב. און אויב יא איז דאס שוין גענוג און מ'דארף זיך נישט נאכאמאל וואשן אינדערפרי?


ג. און אויב וואשט מען זיך אפ אינדערפרי און מען לייגט זיך צוריק נאכדעם בייטאג, דארף מען זיך נאכאמאל וואשן ווען מ'שטייט אויף? דאס איז מיר נוגע ווייל איך געב צו עסן פאר מיין בעבי, און איך קען נישט וויסן ווען איך גיי דארפן אויפצושטיין זיך אפצוגעבן מיט אים.


ד. וויאזוי גיסט מען זיך אפ? איינער זאגט 8 מאל, א צווייטער זאגט 6 מאל, און פון איינעם האב איך אמאל געהערט אז קודם גיסט מען אפ זעקס מאל געהעריג, און דערנאך נאכאמאל דריי מאל אויף די רעכטע הענט און נאכדעם דריי מאל אויף די לינקע האנט. וואס איז די ריכטיגע וועג?


ה. מעג מען נעמען וואסער פאר נעגל וואסער פון א סינק אין בית הכסא אדער פון די וואנע?


ו. אויך דארף מען אפוואשן די הענט פאר די בעבי, ווי אלט דארף מען זיין אז מ'זאל דארפן אפוואשן די בעבי'ס הענט?


ז. ווען מ'געבט צו עסן פאר די בעבי, דארף מען נאכדעם וואשן די הענט יעדעס מאל? איך זיץ אויפ'ן קאוטש און איך געב עסן פאר די בעבי, איך וואלט געוואלט דעמאלט זאגן תהלים, מעג איך דאס טון? אדער דארף איך ווארטן ביז איך ענדיג און איך וואש זיך קודם די הענט?


נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים. און א באזונדערע יישר כח פאר די הערליכע פלעי פון די פארלוירענע בת מלך, דאס האט מיר ממש איבערגענומען, איך האב נאכנישט געזען אזא פלעי אין מיין לעבן, און איך קען נישט אויפהערן טראכטן פון דעם.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פנחס, כ"ב תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


נעגל וואסער איז א יסוד היסודות אין א אידישע שטוב; גלייך ווען מען שטייט אויף אינדערפרי דארף מען זיך אפגיסן די הענט. עס זענען דא צוויי טעמים פארוואס מען דארף זיך אפגיסן די הענט ווען מען שטייט אויף אינדערפרי, איין טעם ווייל בשעת מען שלאפט כאפט מען זיך אן וואו מען איז צוגעדעקט און מען ווערט טמא (רא"ש ברכות פרק ט, סימן כג), נאך א טעם (תשובות הרשב"א, חלק א', סימן קצא): ווייל ווען מען שטייט אויף ווערט מען א בריה חדשה, אזוי ווי עס שטייט (איכה ג, כג): "חֲדָשִׁים לַבְּקָרִים רַבָּה אֱמוּנָתֶךָ", און די ערשטע זאך פאר מיר הייבן אן צו טון אונזער עבודה פארן אייבערשטן דארפן מיר זיך וואשן די הענט, אזוי ווי די כהנים וואס האבן זיך געדארפט וואשן די הענט ביים כיור יעדן צופרי זיך צו רייניגן פאר זיי האבן אנגעהויבן די עבודה אין בית המקדש.


דער זוהר הקדוש זאגט (וישב, קפד:) בשעת א מענטש שלאפט גייט ארויף זיין נשמה און עס קומט א רוח טומאה אויפן מענטש, און ווען דער מענטש וועקט זיך אויף קומט זיין נשמה צוריק, דעמאלט גייט אוועק די רוח טומאה פון אים אבער עס בלייבט אויף זיין הענט און טוט זיך נישט אפ נאר דורך נעגל וואסער.


א – דערפאר דארף מען זייער מקפיד זיין גלייך ווען מען שטייט אויף זיך אפצוגיסן נעגל וואסער ביים בעט; אפילו מען שטייט אויף אינמיטן דער נאכט און מען וויל געבן עסן פארן קינד וכדומה - זאל מען זיך אפגיסן נעגל וואסער (משנה ברורה, אורח חיים סימן א, סעיף קטן ב).


ב – אויב מען איז אויפגעשטאנען אינמיטן די נאכט און מען לייגט זיך צוריק שלאפן ווען עס איז נאך נאכט דארף מען זיך נאכאמאל אפגיסן ווען מען שטייט אויף אינדערפרי (משנה ברורה אורח חיים סימן ד', סעיף קטן כז).


ג – אויב מען שלאפט בייטאג - זאגט דער מחבר (שם, סעיף טו) - איז א ספק צי מען דארף זיך וואשן די הענט, דעריבער זאל מען זיך וואשן אן א ברכה (רמ"א, שם). און דאס דארף נישט זיין ביים בעט, נאר מען קען אראפגיין פון בעט, און פאר מען וויל עפעס טון זאל מען זיך וואשן די הענט ביים סינק (אשל אברהם; משמרת שלום סימן א, סעיף קטן ג).


ד – מען גיסט אפ דריי מאל יעדע האנט; אזוי ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (שם, סעיף ב): "יְדַקְדֵּק לְעָרוֹת עֲלֵיהֶן מַיִם שָׁלֹשׁ פְּעָמִים, לְהַעֲבִיר רוּחַ רָעָה שֶׁשּׁוֹרָה עֲלֵיהֶן". מען הייבט אן מיט די רעכטע האנט; מען הייבט אויף דעם טעפל מיט די רעכטע האנט און מען געבט דאס איבער אין די לינקע האנט און מען גיסט אפ איין מאל די רעכטע האנט און נאכדעם די לינקע האנט, נאכדעם גיסט מען אפ די רעכטע האנט און אזוי ווייטער - סך הכל דריי מאל די רעכטע האנט און דריי מאל די לינקע האנט (שם, סעיף י). עס זענען דא וואס גיסן א פערדע מאל (משנה ברורה שם, סעיף קטן יא, בשם ספר מעשה רב שכן נהג הגר"א זכותו יגן עלינו), אזוי אויך זענען דא וואס גיסן נאכדעם דריי מאל אויף יעדן האנט (דרכי חיים, שכן נהג הרה"ק מצאנז זכותו יגן עלינו), דאס איז אלעס מנהגים אבער די הלכה איז זיך אפצואוואשן די הענט דריי מאל.


ה – אויב מען האט נישט קיין אנדערע וואסער, נאר פון א קראן וואס געפונט זיך אין בית הכסא קען מען נעמען די וואסער, ווייל די פוסקים זענען דן אויף אונזערע בתי כסאות צי זיי האבן א דין פון א בית הכסא (עיין בשאלות ותשובות מנחת יצחק חלק א, סימן ס).


ו – מען פירט זיך אפצוגיסן אפילו גאר קליינע קינדער (משנה ברורה שם, סעיף קטן י'; בן איש חי פרשת תולדות סימן י) כדי זיי זאלן אויפוואקסן בקדושה ובטהרה; אזוי ווי דער רבי'ס מאמע פיגא די נביאה האט געטון, גלייך ווען דער רבי איז געבוירן געווארן האט זי אים אפגעגאסן די הענט, און אזוי יעדעס מאל ווען דער רבי איז נאך געווען א קליינע בעיבי און דער רבי האט זיך אויפגעוועקט אינמיטן די נאכט, האט זי אים אפגעגאסן נעגל וואסער.


ז – אז מען כאפט זיך אן במקומות המכוסים און מען וויל דאווענען אדער זאגן תהילים דארף מען זיך אפגיסן די הענט (שם, סימן כא), אבער אז מען וויל רעדן צום אייבערשטן קען מען רעדן צו אים; אפילו מען האלט אינמיטן זייגן דאס קינד און מען האט נישט ריינע הענט - קען מען רעדן צום אייבערשטן.


דעריבער זאלט איר זיך נישט צוריק האלטן בשעת'ן געבן צו עסן פארן קינד צו רעדן צום אייבערשטן, ווייל דאס וועט מאכן אז דער קינד זאל וואקסן א גרויסע צדיק. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, חלק ב', סימן יב): "הֶחָלָב שֶׁל צַדֶּקֶת הוּא טוֹב לַתִּינוֹק לְיִרְאַת שָׁמַיִם, וְגַם נוֹתְנוֹת לוֹ מֶמְשָׁלָה בָּעוֹלָם הַזֶּה", מילך פון אן ערליכע פרוי ברענגט יראת שמים פארן קינד; נאך זאגט דער רבי (ספר המידות, אות בנים, סימן מז): "יִזָּהֵר מְאֹד שֶׁלּא יִינַק הַוָּלָד מֵאִשָּׁה רָעָה", מען דארף אכטונג געבן אז דאס קינד זאל נישט זייגן פון אן אשה רעה, "כִּי חָלָב מְטַמֵּא וְחָלָב מְטַהֵר"; זאלט איר אודאי רעדן צום אייבערשטן ווען איר געבט צו עסן פארן קינד, אזוי ארום וועט דאס קינד אויסוואקסן א גרויסער צדיק.


דער עיקר זאלט איר אכטונג געבן זיך אויפצופירן בצניעות, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", א פרוי וואס פירט זיך איידל און צניעות'דיג וועט זוכה זיין צו גוטע קינדער; איר זאלט זען צו גיין אנגעטון נאר מיט צניעות'דיגע קליידער, און בעטס שטענדיג דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו ערליכע קינדער, קינדער וואס וועלן דיר דינען, קינדער וואס וועלן לערנען און דאווענען און זיך פירן מיט יראת שמים בזכות דעם וואס איך געב אזוי שטארק אכטונג אויף צניעות. אייבערשטער העלף מיר איך זאל מיך קענען שטארקן אויף מיין יצר הרע, און איך זאל שטענדיג געדענקען אז עס לוינט זיך נישט גיין אנגעטון פראסט צו פארלירן מיינע קינדער".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#4 - ווי אזוי בארואיג איך מיין ווייב פון אירע פחדים?
שלום בית, תהלים, סגולות, פחדים, נעגל וואסער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


פאר עטליכע חדשים צוריק איז פארשוואונדען געווארן א קליין מיידל דא אין שטאט, און ביז יעצט ווייסט מען נאכנישט וואו זי איז. און זייט דעמאלט האט מיין ווייב ממש מורא ארויסצוגיין פון הויז, אפשר וועט זי אויך ערגעץ וואו פארשוואונדען ווערן. זי האלט מיר אין איין פרעגן אויב עס זענען דא שדים און רוחות.


זי לעבט ממש מיט געפערליכע פחדים, ווען זי האט געדארפט עפעס ארויפברענגען פון אונטן, איז זי צוריק געקומען ממש ווייס און דערשראקן, מורא האבנדיג אז די רוחות וועלן איר פארכאפן.


וואס קען איך איר זאגן? ווי אזוי קען איך איר בארואיגן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זע מען זאל מקפיד זיין ביי דיר אין שטוב זיך צו וואשן אינדערפרי גלייך ווען מען שטייט אויף - נעגל וואסער; דאס פארטרייבט די קליפות פון שטוב.


אויך זאל דיין ווייב זאגן יעדן טאג תהילים, ובעיקר זאל זי זאגן שבת תהילים; זאגן תהילים נעמט אוועק אלע בייזע רוחות. אזוי ווי מיר געפינען, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש שוחר טוב א, ח) דוד המלך האט געבעטן דעם אייבערשטן, ווער עס זאגט תהילים זאל דאס זיין חשוב אזוי ווי מען לערנט מסכת נגעים און מסכת אהלות; וואס עפעס די צוויי מסכתות? ווייל ווען מען זאגט תהילים נעמט מען אראפ פון זיך אלע קרעץ, און אלע טומאות, אלע רוחות - גייען אוועק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - איך ציטער איך וועל דורכפאלן, ווי אזוי קען איך גיין שלאפן?
אומאן, התחזקות, קדושה, ראש השנה, צדיקים, שמחה, פחדים, מחשבות, נעגל וואסער, קריאת שמע, נערווען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר'ן מיר ברענגען קיין אומאן אויף ראש השנה, עס איז געווען ברוך ה' זייער א שיינע ראש השנה.


איך האב א פראבלעם וואס מוטשעט מיר שוין א שטיק צייט. אין זכות פון די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א בין איך ברוך ה' ארויס פון שמוץ, איך האב זיך אפגעלאזט פון שלעכטע זאכן, פון פגם הברית רחמנא ליצלן, אבער איך פאל נאכאלץ דורך צומאל ביינאכט מיט מקרה לילה רחמנא ליצלן.


איך בעט אסאך דעם אייבערשטן עס זאל נישט געשען, איך היט זיך די אויגן וויפיל איך קען, און איך פרוביר צו היטן מיינע מחשבות און געדאנקען, אבער נאכאלץ פאל איך אראפ.


דאס ערגסטע איז אבער געווען ביי מיר ווען איך בין אראפגעפאלן אום ראש השנה ביינאכט, איך בין געווארן זייער צעשוידערט און דערשראקן פון דעם, איך בין גלייך געלאפן אין מקוה און געלאפן צום ציון און געזאגט די צען קאפיטלעך פון תיקון הכללי, אבער זייט דעמאלט האט מיר אנגעכאפט א שרעק צו גיין שלאפן, יעדע נאכט ציטער איך אז איך וועל אפשר אראפפאלן, און דאס מאכט מיר ממש צעדרייט.


דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אלץ אז די עצה פאר "אה סי די" איז אז מען זאל נישט אוועקשטופן די מחשבה, נאר מיטפארן מיט דעם, למשל אז מען טראכט אז די טיר איז געבליבן אפן זאל מען מיטפארן מיט דעם און טראכטן אז ס'איז טאקע אפן און ס'איז נישט קיין פראבלעם, אבער ביי מיין פראבלעם קען איך נישט מיטגיין מיט די מחשבה, איך וויל דאך נישט אראפפאלן אין דעם.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר אויסגראדן מיין מח, און מיר געבן צו פארשטיין וואס איך האב צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת האזינו, ז' תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו האסט זוכה געווען צו זיין אין אומאן ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, דער רבי האט בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תה): "איך קען ראש השנה פאררעכטן אפילו די וואס א גאנץ יאר קען איך זיי נישט פאררעכטן"; און אז דו האסט זיך גע'טובל'ט און געזאגט די תיקון הכללי ביים ציון - האסטו פארראכטן וואס דו האסט פוגם געווען, דו דארפסט זיך גארנישט זארגן.


דאס וואס דו ביסט אזוי צעבראכן פון וואס עס האט פאסירט מיט דיר אין אומאן, דו ביסט אראפגעפאלן אין מקרה לילה; עס איז כדאי דו זאלסט זען די ווערטער וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיז): "מַה שֶּׁמְּבַלְבֵּל אֶת הָאָדָם, כְּשֶׁנִּכְנָס לִקְדֻשָּׁה גְבוֹהָה", דאס וואס גייט אריבער אויפ'ן מענטש ווען ער קומט צו א העכערע דרגא, "כְּגוֹן כְּשֶׁמִּתְקָרֵב לְצַדִּיק הָאֱמֶת וְכַיּוֹצֵא", ווען ער קומט צום אמת'ן צדיק, "אֲזַי דַּיְקָא יִקְרֶה לוֹ מִקְרֶה בִּלְתִּי טָהוֹר, חַס וְשָׁלוֹם", דעמאלט פאסירט מיט אים אז ער פאלט אראפ אין מקרה לילה חס ושלום. "צָרִיךְ לָדַעַת", וויסן זאלסטו, "כְּשֶׁהָאָדָם נִכְנָס לִקְדֻשָּׁה", ווען דער מענטש קומט אריין שטערקער אין די קדושה, "מִתְגַּבֵּר עָלָיו הַיֵּצֶר הָרָע בְּיוֹתֵר", דעמאלט פארלייגט זיך דער יצר הרע אויף אים אסאך שטערקער, "כִּי כָל מַה שֶּׁנִּכְנָס בִּקְדֻשָּׁה יוֹתֵר", ווייל ווי מער מען ווערט הייליגער, "יֵשׁ לוֹ בְכָל פַּעַם יֵצֶר הָרָע חָדָשׁ גָּדוֹל מִבַּתְּחִלָּה", אלץ קומט דער יצר הרע שטערקער.


"וּבֶאֱמֶת הַבִּלְבּוּל הַזֶּה שְׁטוּת", נישטא וואס צו צעבראכן ווערן פון דעם, ווייל ממה נפשך, "אִם יִקְרֶה לוֹ מֵחֲמַת הִרְהוּר, מִי חַיָּב בָּזֶה", אויב האט דאס פאסירט פון טראכטן שלעכטע מחשבות - איז דאך נישטא וועם צו באשולדיגן, אז מען טראכט שלעכט פאלט מען אראפ, "וְאֵין לוֹ לְהִתְרַעֵם כְּלָל", קענסטו נישט האבן קיין טענות אויף קיינעם, "מֵאַחַר שֶׁהוּא בְּעַצְמוֹ גָּרַם לוֹ", ווייל דו האסט דאס אליינס גורם געווען. "וְאִם אֵינוֹ מֵחֲמַת הִרְהוּר, אֲזַי בְּוַדַּאי אֵינוֹ סִימָן רַע כְּלָל", האט דאס פאסירט אן טראכטן שלעכטס? איז דאס נישט קיין שלעכטע זאך, "כִּי אִם הָיָה עִנְיָן רַע, לֹא הָיוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה נוֹתְנִין אוֹתוֹ לְסִימָן יָפֶה לְחוֹלֶה", אויב וואלט דאס געווען א שלעכטע זאך - וואלטן די הייליגע חכמים נישט געגעבן דער זאך פאר א גוטע סימן פאר א חולה. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (ברכות נז:) קרי איז א סימן יפה פאר א חולה.


"וּבֶאֱמֶת", נאר וואס דען? "אַדְּרַבָּא, מֵחֲמַת שֶׁנִּתְקָרֵב לִקְדֻשָּׁה גָבוֹהַ מְאֹד, מֵחֲמַת זֶה נִזְדַּמֵּן לוֹ", דיקא ווייל מען איז אנגעקומען צו אזא הייליגע פלאץ, מען איז אריין אין די קדושה - האט דאס פאסירט. ווייל די הייליגע חכמים זאגן "כִּי (תענית ח.): 'כָל הַמַּצְדִּיק אֶת עַצְמוֹ מִלְּמַטָּה, מַצְדִּיקִין עָלָיו הַדִּין מִלְּמַעְלָה'", ווען מען הייליגט זיך פון אונטן, קומען די מקטריגים און זוכן ווי זיי קענען אראפווארפן דעם מענטש, "שֶׁנֶּאֱמַר", אזוי ווי עס שטייט (תהלים צ, יא): "וּכְיִרְאָתְךָ עֶבְרָתֶךָ", איז דאך נישטא אויף וואס צו זיין צעבראכן; פארקערט, ווייל דו ביסט אנגעקומען צום הייליגן רבי'ן - דעריבער קומט דער שטן און רייצט זיך מיט דיר און וויל דיך צעברעכן.


איך בעט דיר זייער, צעברעך זיך נישט און מאך נישט קיין נערווען וכו'. דו היט זיך פון קוקן עבירות און זיי ממשיך מיט דינען דעם אייבערשטן, אבער מאך זיך נישט קראנק, ווער נישט קיין נערווען קראנקער מענטש. נישט דאס איז רצון השם - מורא האבן צו גיין שלאפן, אויב מען וועט אראפפאלן. מען דארף מורא האבן פונעם אייבערשטן, מען דארף מורא האבן פון טון עבירות, אבער מורא האבן פון גיין שלאפן - דאס איז שוין א נערווען זאך, דאס אליינס קען אראפווארפן דעם מענטש.


דריי אויס דיין קאפ אויף טראכטן גוטס; אנשטאט טראכטן: 'אפשר גיי איך אראפפאלן?' טראכט: 'איך האב פיאות, איך האב א בארד, איך האב ציצית, איך טו אן תפילין'; דאס איז נישט זאכן פון 'אפשר', דאס איז 'זיכערע' זאכן! 'איך היט שבת, איך עס כשר'ס'. און ווען דער שטן שלעפט דיך אריין צוריק אין לאך 'אפשר גיי איך אראפפאלן?' זאלסטו זאגן: 'איך בין א איד! איך גלייב אינעם אייבערשטן, איך דאווען, איך לערן, איך בין גע'מל'עט, איך בין אנגעפילט מיט מצוות כרמון'.


ליין קריאת שמע און גרייט זיך אן נעגל וואסער, נעם אין בעט א ספר - אגדות חז"ל אדער מעשיות פון צדיקים; דאס וועט דיך היטן.


א גמר חתימה טובה.

#2 - דארף מען זיך וואשן נעגל וואסער יעדעס מאל מ'שטייט אויף ביינאכט?
סיפורי צדיקים, נעגל וואסער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן א שאלה וועגן נעגל וואסער. עס קומט מיר אויס צומאל אויפצושטיין עטליכע מאל ביינאכט זיך אפצוגעבן מיט די קינדער, וויל איך וויסן אויב מ'דארף זיך וואשן נעגל וואסער יעדעס מאל באזונדער, אדער נאר אינדערפרי. צום ביישפיל אויב איך וואש זיך נעגל וואסער פיר אזייגער פארטאגס, דארף איך זיך נאכאמאל וואשן ווען איך שטיי אויף אום אכט אזייגער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער זוהר הקדוש זאגט (וישב, קפד:) בשעת א מענטש שלאפט גייט ארויף זיין נשמה און עס קומט א רוח טומאה אויף אים, און ווען דער מענטש וועקט זיך אויף - קומט זיין נשמה צוריק, דעמאלט גייט אוועק די רוח טומאה פון אים אבער עס בלייבט אויף זיינע הענט און גייט נישט אראפ פון אים נאר דורך נעגל וואסער.


אז מען שלאפט אין די נאכט שעות - דארף מען זיך וואשן נעגל וואסער, נישט קיין חילוק ווען מען שטייט אויף און וויפיל מאל מען גייט צוריק שלאפן; אויב מען וויל ארויסגיין פון שטוב - דארף מען זיך וואשן נעגל וואסער.


מוהרא"ש דערציילט, אמאל איז א פרוי געקומען צום גרויסן גאון דער סטייפלער זכותו יגן עלינו, זי האט געוויינט אז אירע קינדער פאלן אוועק פון אידישקייט, און ממש יעצט האט איר זון זיך אפגעשניטן די פיאות רחמנא לצלן, האט דער סטייפלער גאון איר געפרעגט: "איר גיסט זיך אפ נעגל וואסער אינדערפרי?" די פרוי איז רויט געווארן פאר בושה און מודה געווען אז זי גיסט זיך נישט אפ קיין נעגל וואסער, האט דער סטייפלער גאון איר געזאגט: "וואס ווילט איר פון מיר? אז מען גיסט נישט אפ נעגל וואסער בלייבט די טומאה אויף די הענט; וואס מען כאפט אן ווערט טמא, ממילא איז די גאנצע שטוב פול מיט א רוח טומאה רחמנא לצלן, וואס קען איך אייך טון אז איר אליינס האט גורם געווען די צרות?" זעט מען וואס פאסירט ווען מען גיסט זיך נישט אפ נעגל וואסער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1 - פון וויפיל יאר מען דארף אפגיסן א קינד נעגל וואסער?
חינוך הילדים, אידישע שטוב, נעגל וואסער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיינע שיעורים וואס געבן מיר אזויפיל חיזוק ווייטער אנצוגיין אין לעבן, יישר כח פאר די חודש'ליכע שיעור פאר די פרויען, הלוואי ווען עס קען זיין יעדע וואך.


ברוך ה' מיין מאן ני"ו הערט נישט אויף צו לערנען. יעדן טאג מאכט ער נאך א סיום, א גרויסן יישר כח.


איך האב געוואלט פרעגן פון וויפיל יאר מען דארף אפגיסן א קינד נעגל וואסער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מקץ, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


נעגל וואסער איז א יסוד פאר א אידישע שטוב; א שטוב וואו מען גיסט זיך אפ נעגל וואסער, טאטע, מאמע, קינד און קייט - אין אזא שטוב איז דא טהרה. אז מען איז נישט מקפיד אויף נעגל וואסער, מען גייט אראפ פון בעט אן נעגל וואסער - איז דא אין שטוב דאס פארקערטע פון קדושה.


ערליכע אידן האבן שטארק אכטונג געגעבן אויף נעגל וואסער, מען האט אלעס אנגעהאנגען אין דעם; צום ביישפיל, אז דאס קינד האט זיך צעקלאפט האט מען זיך גלייך נאכגעפרעגט אויב דאס קינד האט זיך אפגעגאסן נעגל וואסער; אז מען האט געזען א קינד פארשטייט נישט דאס לערנען האט מען זיך נאכגעפרעגט אויב ער האט זיך היינט אפגעגאסן נעגל וואסער.


דער הייליגער בעל התניא זכותו יגן עלינו האט זיך אמאל אנגערופן אינמיטן פארלערנען חסידות: "עס שמעקט עפעס א רוח טומאה"; קיינער האט נישט פארשטאנען וואס גייט פאר, דער הייליגער בעל התניא האט זיך אויפגעשטעלט און אנגעהויבן גיין צו איינע פון די תלמידים, ער האט זיך אפגעשטעלט און געזאגט: "עס שמעקט עפעס פון רוח הטומאה", ביז דער תלמיד האט זיך דערמאנט אז ער האט נישט אפגעגאסן נעגל וואסער.


בנוגע פון ווען מען זאל אפגיסן די קינדער נעגל וואסער; ערליכע אידן פירן זיך אפצוגיסן די קינדער פונעם געבוירן, בפרט ביי אונז איז מען זייער מקפיד אויף דעם, אפצוגיסן די קינדער פונעם געבוירן. אזוי ווי דער רבי'ס מאמע האט געטון מיט'ן הייליגן רבי'ן, יעדעס מאל ווען דער רבי האט זיך אויפגעוועקט ביינאכט און זי האט אים געוואלט געבן עסן האט זי אים אפגעגאסן דריי מאל יעדע האנט (עיין פעלת הצדיק סימן יט, בהגה).


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.