תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב געוואלט פרעגן וועגן פורים, איך האב קע"ה פינף קליינע קינדער און עס קומט מיר אן זייער שווער דאס ארומלויפן אום פורים פון איין באבע צו די אנדערע, איך טראכט אז פורים וואלט געדארפט זיין אזא פרייליכע טאג, מען זאל זיין אויף איין פלאץ, מאכן א פרייליכע סעודה, און טאנצן און זיך פרייען אויף אלע ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון און טט נאכאלץ מיט אונז, אבער למעשה איז עס מיר אזא אנגעשטרענגטע טאג וואס מען דארף ארומלויפן צו אלע זיידעס און באבעס, און ביי יעדע הויז דארף מען נאכאמאל אויסטון די מאנטלען אז יעדער זאל זען ווי שיין די קינדער זענען פארשטעלט, און די קינדער אליין זענען אינגאנצן צעדרייט, און אזוי בלייבט נישט צופיל כח און מח צו זיין פרייליך.
אויסער דעם האב איך זייער שטארק חשק אנצוקומען אום פורים אווענט אין היכל הקודש צו טאנצן און זיך פרייען מיט אנשי שלומינו, איך פרוביר זייער שטארק נישט צו טרינקען קיין סאך וויין א גאנצן טאג אז איך זאל קענען העלפן מיין ווייב און נאך קענען אנקומען אין שול, אבער נאך אזא שווערע טאג דארף איך נאך אהיימגיין העלפן מיין ווייב לייגן שלאפן די קינדער און נאכדעם פאל איך אריין אין בעט און אום שושן פורים האב איך אזוי חרטה פארוואס איך בין נישט אנגעקומען אין שול. יעדעס יאר ווען דער ראש ישיבה פארציילט די מעשה פון "צרות לבבי הרחיבו ממצוקותי הוציאני", ווי אזוי דער איד איז געהאלפן געווארן ביים טאנצן מיט אנשי שלומינו ביי רבי מאיר טעפליקער ז"ל, שטערט מיך עס נאכאמאל אזוי שטארק אז איך בין נישט אנגעקומען צו זיין פורים מיט אנשי שלומינו.
מיין שאלה אין קורצן איז צוויי זאכן: איינס אז עס א שווערע טאג בכלל, און צווייטנס אז איך קום נישט אן אין שול. אפשר קען דער ראש ישיבה שרייבן עפעס חיזוק און עצות אויף דעם? דער אייבערשטער זאל געבן כח פאר'ן ראש ישיבה ווייטער אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת ויקהל, י"ט אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
אלעס ווענדט זיך ווי אזוי מען קוקט דערויף; אז מען פארשטייט וואס עלטערן זענען, מען האלט די עלטערן טייער, - איז בכלל נישט שווער צו גיין צו זיי; אדרבה, מען פריידט זיך ווען עס קומט א יום טוב וכדומה, מען ווארט אויף א געלעגנהייט ווען צו גיין צו א זיידע, א באבע - זיי מחי' זיין און נעמען ביי זיי א ברכה. ביי די מענטשן וואס ווייסן דאס חשיבות פון עלטערן - איז דאס די גרעסטע שמחה, צו קענען גיין פורים מיט די משפחה; עס איז בכלל נישט שווער אנצוטון און אויסטון די מאנטלען, ווייזן פאר יעדע זיידע און באבע די פארשטעלאכטס, עס איז א שמחה און א פרייד.
נישט אלע זענען זוכה צו קענען גיין צו עלטערן, אסאך משפחות וואלטן געוואלט גיין פורים צו זיידעס און באבעס אבער זיי האבן ליידער נישט; אז דו האסט באבעס מיט זיידעס וואו צו גיין מיט דיינע קינדער - זאלסטו גיין מיט שמחה און פרייד. אויך איז דאס א גרויסע מצוה, מחי' זיין עלטערן; עס איז פון די גרעסטע מצוות אין די תורה.
בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו האבן א פרייליכן פורים, זאלסט קענען אויסניצן דעם טאג מיט גוטע זאכן און טון די מצוות מיט שמחה. פורים איז אזא גרויסע טאג, מען קומט צו די בחינה פון (מגילה ז:): "עַד דְלֹא יָדַע בֵּין אָרוּר הָמָן לְבָרוּךְ מָרְדְכַי", מען ווערט געוואר אז אלעס איז דער אייבערשטער, סיי ווען עס גייט איבער אויפ'ן מענטש שווערע ביטערע נסיונות, בבחינת "אָרוּר הָמָן", און סיי ווען עס גייט אלעס גוט, בבחינת "בָּרוּךְ מָרְדְכַי"; אלעס איז דער אייבערשטער, מען קומט צו די העכסטע דרגא, מען וויל גארנישט - נאר דעם אייבערשטן.
ווען א מענטש איז זיך מבטל צום אייבערשטן, ער וויל גארנישט, ער דארף גארנישט; ער ווייסט ביי זיך 'איך בין גארנישט', ער דארף נאר דעם אייבערשטן, - דער מענטש איז פרייליך וואו ער געפונט זיך. מען קען שרייען (תהלים כה, יז): "צָרוֹת לְבָבִי הִרְחִיבוּ, מִמְּצוּקוֹתַי הוֹצִיאֵנִי", - וואו אימער מען געפונט זיך, מען דארף נישט זיין דוקא צווישן אנשי שלומינו צו קענען זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן; דער רבי געבט אונז אזא שכל, א מענטש הויבט אן שפירן דעם אייבערשטן איבעראל, ער איז זיך מחי' מיט אמונה וואו ער געפונט זיך.
אודאי איז א געשמאק צו זיין מיט אנשי שלומינו אין אזא הייליגע טאג, מען טאנצט אינאיינעם, מען פריידט זיך אינאיינעם, מען וויינט אינאיינעם, מען דאנקט אינאיינעם וכו' וכו'; אבער דאס איז נאכן זיין מיט די משפחה, נאכן זיין ביי די עלטערן, עלטערן קומען פאר דעם; גיין צו עלטערן, זיי מחי' זיין - איז די העכסטע זאך.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.