שאלה אין קורצן ענין
#1 - פארוואס האט איין קינד מער חן ביי מיר ווי אנדערע?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל אזוי סאך שרייבן, און איך מיין אז טאקע צוליב דעם שרייב איך גארנישט, ווייל איך וויל שרייבן לאנגע בריוון און איך קום נישט אן, וועל איך אי"ה שרייבן קורץ.


איך בין א מלמד, און איך בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן איך זאל ליב האבן אלע קינדער אייניג, יעדער זאל האבן חן אין מיין אויגן, און איך זאל נישט מאכן א חילוק צווישן איין קינד און צווייטן, איך ווייס אז קיינער וועט מיר נישט קענען ענטפערן אויף מיין יעצטיגע שאלה דער איינציגסטער אויף די וועלט איז דער ראש ישיבה שליט"א.


איך האב געהערט שארפע דרשות פאר מחנכים פונעם ראש ישיבה שליט"א, אז עס איז נישטא אזא זאך פון מאכן א חילוק צווישן איין קינד און אן אנדערן, פון א קינד מיט חן און א קינד אן חן, למעשה יעדעס יאר בלייב איך שטעקן מיט דעם זעלבן פראבלעם, א קינד וואס האט א שיין פנים, ער איז קלוג און געפיליש, הייבט מיין הארץ אן ציען צו אים, איך וויל שמועסן מיט אים, רעדן צו אים, אים געבן גוטע ווערטער.


איך שפיר זיך ווי א קליין קינד פון פיר יאר אלט, בשעת'ן שרייבן טראכט איך צו מיר ווי נאריש דאס איז, אבער איך דערמאן זיך צוריק ווי פאר אפאר שעה צוריק האב איך געגלעט אזא סארט אינגל.


וואס איז מיט דעם נושא, איז דאס א פראבלעם? אדער ווי לאנג איך געב זיך אפ מיט אלע קינדער, נאר מיט דעם קינד מער ווי אנדערע, און איך בא'עוול נישט קיינעם צוליב דעם קינד, איך מאך אים נישט אנדערש אין קלאס, נאר ביי ריסעס קען איך אים צורופן (ער קומט ממילא נעבן מיין טיש, ווייל ער איז געזונט אין נאטור ער וויל רעדן צו מיר) זאל איך עס לאזן לויפן אזוי ווי עס גייט ביז אהער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויקהל, כ"ז אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו ביסט א מלמד און דו מאכסט נישט קיין אויסנאם, דו באגייסט זיך אייניג מיט אלע קינדער. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כד.) עס איז געווען א טרוקעניש און א פשוט'ער איד האט געבעטן דעם אייבערשטן עס זאל גיין א רעגן, און זיינע תפילות זענען אנגענומען געווארן, האט אים רב געפרעגט: "וואס האסטו די זכי' אז דיינע תפילות ווערן אנגענומען?" זאגט ער: "מיקרי דרדקי אנא ומקרינא לבני עניי כבני עתירי", איך בין א מלמד און איך מאך נישט קיין חילוק צווישן קינדער פון רייכע עלטערן און קינדער פון ארעמע עלטערן, עיין שם; זעט מען דאס גרויסקייט פון זיין א מלמד און נישט מאכן קיין חילוק צווישן די קינדער.


בנוגע די בא'חנ'טע קינדער וכו'; פארוואס זאגסטו ביסט א קינד פון פיר יאר? פארוואס קלאפסטו זיך אראפ? דו ביסט א גוטער מלמד, אז מען האט א געפיל פאר קינדער וואס האבן חן - איז מען נישט קיין קינד, דאס איז דער נאטור וואס דער אייבערשטער האט באשאפן, חן קומט פונעם אייבערשטן, מען וויל ענדערש רעדן מיט א מענטש מיט חן ווי מיט איינער אָן חן.


קלאפ זיך נישט אראפ, מאך זיך נישט קליין, גיי אן מיט די מלומדות, אין הימל איז זייער חשוב א מלמד, אין הימל קוקט מען אנדערש אויף א מלמד ווי מען קוקט דא, אין הימל איז א מלמד די חשוב'סטע זאך, בפרט א מלמד וואס האט ליב די קינדער און לייגט אריין אין די קינדער אהבת השם יתברך.


לייג אריין אין די קינדער א ליבשאפט צום אייבערשטן, א ליבשאפט צו די תורה, א ליבשאפט צו מצוות; דורך זיי דערציילן מעשיות פון צדיקים. עס איז באוויסט אז דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט געפרעגט דעם מלמד פון זיינע קינדער צי ער לערנט מוסר מיט זיינע קינדער, האט דער מלמד געזאגט: "יא", האט אים דער צאנזער רב געפרעגט: "וואס פאר א מוסר ספרים לערנסטו מיט זיי?" זאגט ער: "חובות הלבבות", זאגט אים דער הייליגער צאנזער רב: "נישט דאס מיין איך צו פרעגן, איך פרעג צי דו לערנסט מוסר, צי דו פארציילסט זיי מעשיות פון הייליגן רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו און פון זיין ברודער דער הייליגער רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו"; ווייל מעשיות פון צדיקים פייערט אויף דאס הארץ צו זיין אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.