שאלה אין קורצן ענין
#1 - פארוואס בין איך געבוירן געווארן אלס איד?
ספיקות, היכל הקודש, שמחה, שאלות, שולד געפילן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך שפיר זיך אינגאנצן פארלוירן, איך בין מקורב געווארן צו היכל הקודש א שטיק צייט צוריק, איך פרוביר צו הערן די שיעורים און פאלגן וואס מען רעדט, עס העלפט מיר טאקע אסאך אנצוגיין אין לעבן, עס דערנענטערט מיך צום אייבערשטן, איך בין אבער נאכאלץ פול מיט שאלות און ספיקות וואס איך זוך ענטפערס אויף זיי, און דאס מאכט מיך אסאך יסורים, איך האב שוין עטליכע מאל געשריבן בריוו צום ראש ישיבה שליט"א אבער איך האב דערווייל נאכנישט באקומען אן ענטפער.


איך שפיר ווי א פארלוירענער, אפשר וויל דער ראש ישיבה שליט"א מיך נישט האבן אין היכל הקודש? אדער קען זיין אז עס איז בלויז מניעות און עס איז מיין נסיון אויף וואס איך דארף זיך שטארקן? איך שפיר אבער ווי איך שטיי ביים עק פונעם שטריק און איך האלט שוין אט אט ביים אראפפאלן.


עס מאכט זיך צייטן וואס איך וויין פארוואס איך בין נישט געבוירן געווארן אלס גוי, אן די אלע אינערליכע שולד געפילן, אן די פילע ספיקות און קווענקלענישן וואס ברענען אין מיר, און איך וואלט געקענט טון אלעס וואס גלוסט מיר נאר.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויגש, ג' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טאנץ פאר שמחה "שלא עשני גוי", מיט דעם אליינס אז מיר זענען אידישע קינדער - איז שוין גענוג אויף צו זיין פרייליך.


מוהרא"ש דערציילט, דער הייליגער צדיק הרב הקדוש רבי צדוק הכהן מלובלין זכותו יגן עלינו ברענגט אין זיין ספר פרי צדיק (חג השבועות, אות יג), א מורא'דיגע מעשה. דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו פלעגט יעדן טאג זאגן די ברכות השחר הויך אויפ'ן קול, איין טאג האט ער פארפעלט צו זאגן די ברכה "שלא עשני גוי", איז איינער צוגעגאנגען צו אים און געזאגט: "רבי, איר האט אויסגעלאזט א ברכה, די ברכה פון שלא עשני גוי", האט אים דער הייליגער קדושת לוי געזאגט: "איך האב שוין געמאכט היינט די ברכה! ווען איך בין אויפגעשטאנען אינדערפרי בין איך געווען זייער צעבראכן ביי זיך, איך האב נישט געקענט טרעפן קיין שום זאך מיט וואס איך זאל זיך קענען מחי' ומחזק זיין, האב איך געטראכט צו מיר: 'א איד בין איך דאך, איך בין נישט קיין גוי', און פון גרויס שמחה האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטן און איך האב גלייך געמאכט די ברכה 'שלא עשני גוי', מיט דעם האב איך זיך מחי' געווען".


וואס איז געשען מיט דיר? ביסטו אריינגעפאלן אין אזא עצבות אז דו ווילסט זיין א גוי?! דו שרייבסט אז דו וויינסט דו ווילסט זיין א גוי - אזוי קען מען אלעס טון, און אלס אידיש קינד - קענסטו נישט טון וואס דו ווילסט; וואס איז מיט דיר? וואס קענסטו יעצט נישט טון אלס איד? א איד איז דאך א קינד פון אייבערשטן, מיר האבן א טאטע וואס זאגט אונז צו טון זאכן וואס איז גוט פאר אונז, דער אייבערשטר וויל נאר גוטס פאר אונז; מיר זענען נישט געשטראפט מיט דעם וואס מיר האבן די תורה, מיר זענען געבענטשט מיט די תורה.


איך וויל דיך פרעגן, ווען דיינע קינדער וויינען אז דו לאזט זיי נישט קריכן ביים פענסטער, און דו לאזט זיי נישט טון אנדערע נישט גוטע זאכן - טראכטן זיי אויך 'א שאד מיר האבן א טאטע וואס לאזט אונז נישט קריכן ביים פענסטער, און ווי גליקליך זענען די קינדער יתומים וואס קענען טון וואס זיי ווילן'? אדער ווען די קינדער ווילן בלייבן אין גאס ביינאכט און דו האסט רחמנות אויף זיי, וויינען זיי אויך אויף דעם וואס זיי קענען נישט טון וואס זיי ווילן? א מענטש מיט אביסל שכל וועט זאגן: 'טייערע קינדערלעך, ענקער טאטע האט ענק ליב, ער וויל ענק זאלן נישט ארויספאלן פון פענסטער און ענק זאלן אהיים קומען צייטליך, איר זאלט נישט אנקומען צו סכנות, וואס וויינט איר קינדערלעך...?' דאס איז נאר א שטיקל משל, א איד איז דאך א קינד פונעם אייבערשטן, מיר זענען אויסדערוועלט פון אלע פעלקער, דעריבער זאגט אונז דער אייבערשטער 'טו נאר זאכן וואס וועט זיין גוט פאר דיר'.


די הייליגע חכמים זאגן אונז (תנחומא שמיני, ו) אויפן פסוק (דברים ד, ד): "'וְאַתֶּם הַדְּבֵקִים בַּה' אֱלֹקֵיכֶם', מָשָׁל לְמָה הַדָּבָר דּוֹמֶה, לְרוֹפֵא שֶׁהָלַךְ לְבַקֵּר שְׁנֵי חוֹלִים", עס איז צוגעגליכנט צו א דאקטער וואס צוויי קראנקע מענטשן זענען געקומען זיך היילן, דער דאקטער באקוקט זיי ביידע, "רָאָה אֶחָד מֵהֶם שֶׁהָיָה בְּסַכָּנָה", איינער איז אין א סכנה, ער גייט סיי ווי שטארבן, "אָמַר לִבְנֵי בֵיתוֹ" זאגט דער דאקטער פאר די משפחה: "תְּנוּ לוֹ כָּל מַאֲכָל שֶׁהוּא מְבַקֵּשׁ", געבט אים צו עסן אלעס וואס ער בעט, "רָאָה הָאֶחָד שֶׁעָתִיד לִחְיוֹת", און דער דאקטער זעט דער צווייטער גייט ווערן אויסגעהיילט, ער גייט לעבן, "אָמַר לָהֶם" זאגט ער פאר די משפחה: "כָּךְ וְכָךְ מַאֲכָל יֹאכַל וְכָךְ וְכָךְ לֹא יֹאכַל", געבט אים נישט צו עסן אלעס, נאר די און די עסן, "אָמְרוּ לָרוֹפֵא, מַה זֶּה", פרעגט מען דעם דאקטער וואס גייט דא פאר, "לָזֶה אַתָּה אוֹמֵר יֹאכַל כָּל מַאֲכָל שֶׁהוּא מְבַקֵּשׁ, וְלָאַחֵר אָמַרְתָּ לֹא יֹאכַל כָּךְ וְכָךְ", איינעם לאזט מען יא עסן אלעס און דער צווייטער מעג נישט עסן אלעס? "אָמַר לָהֶם הָרוֹפֵא", זאגט דער דאקטער: "לְזֶה שֶׁהוּא לְחַיִּים, אָמַרְתִּי לוֹ זֶה אֱכֹל וְזֶה לֹא תֹּאכַל", דער חולה גייט לעבן דארף ער זיך אכטונג געבן וואס ער עסט, "אֲבָל אוֹתוֹ שֶׁהוּא לְמִיתָה, אָמַרְתִּי לָהֶם, כָּל מַה שֶּׁהוּא מְבַקֵּשׁ תְּנוּ לוֹ, שֶׁאֵינוֹ לְחַיִּים", אבער דער וואס גייט סיי ווי שטארבן - קען עסן וואס ער וויל. אזוי אויך זאגט דער אייבערשטער פאר אידישע קינדער, "יִשְׂרָאֵל שֶׁהֵם לְחַיִּים", אידישע קינדער וואס בלייבן לעבן, "אָמַר לָהֶם" זאגט דער אייבערשטער: "'וִהְיִיתֶם קְדֹשִׁים כִּי קָדוֹשׁ אָנִי', 'אַל תְּשַׁקְּצוּ אֶת נַפְשׁוֹתֵיכֶם', 'אֶת זֶה תֹּאכְלוּ', 'וְאֶת זֶה לֹא תֹּאכֵלוּ', 'לֹא תִּטַּמְּאוּ בָּהֶם וְנִטְמֵתֶם בָּם', לָמָּה", פארוואס, "שֶׁהֵם לְחַיִּים", אזוי ווי עס שטייט: "וְאַתֶּם הַדְּבֵקִים בַּה' אֱלֹקֵיכֶם, חַיִּים כֻּלְּכֶם הַיּוֹם".


ברודער שטארק זיך מיט התבודדות, בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט האבן א שטארקע אמונה, דו זאלסט שפירן דעם אייבערשטן. בעט נאר אויף די זאך, אויף א שטארקע אמונה; ביז דו וועסט זוכה זיין שפירן דעם אייבערשטן, ווייל דורך תפילה והתבודדות קומט מען צו אמונה.


שרייב מיר דיינע שאלות און ספיקות און מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך דיר ענטפערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.