שאלה אין קורצן ענין
#1 - פארוואס איז געווען התנגדות קעגן רבי'ן און זיינע תלמידים?
מוהרא"ש, חסידות, ראש ישיבה, התנגדות, לצנות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט ארויסברענגען א מחשבה וואס איז מיר איינגעפאלען בנוגע חסידות ברסלב, און איך האף אז דער ראש ישיבה וועט מיר לאזן וויסן צי דאס איז א ריכטיגע מהלך.


מען זעט א חידוש לגבי די התנגדות אויף ברסלב, אז עס איז דא אין דעם פארשידענע מדריגות. קודם איז דא וואס האלטן בכלל נישט פון ברסלב, נישט פונעם הייליגן רבי'ן און נישט פון די שפעטערדיגע תלמידים. נאכדעם איז דא וואס זאגן אז פון רבי'ן אליין האט מען געהאלטן אבער נישט פון זיינע תלמידים. נאכדעם, ווען מוהרא"ש איז נתגלה געווארען, האבן מתנגדים געזאגט, ברסלב איז דער רבי און ר' נתן, אבער מוהרא"ש האט מחדש געווען א נייער אייגנארטיגער דרך וואס האט נישט מיט ברסלב, ס'איז נישט דעם רבינ'ס זאך. און היינט איז דא מתנגדים וואס זאגן אז דער דרך פונעם ראש ישיבה איז נישט מוהרא"ש, ווייל מ'זעט ביים ראש ישיבה פארשידענע התנהגות וואס איז נישט געווען ביי מוהרא"ש, און וואס מוהרא"ש האט אפשר נישט געהאלטן דערפון.


מיין פשוטער הסבר לעניית דעתי איז ווי פאלגענד: איך האב געהערט א שיעור פון מוהרא"ש, פון ל"ג בעומר תשד"מ. דארט איז ער מסביר אז רבי שמעון בר יוחאי האט מגלה געווען ענינים פון עולם האצילות, דער אר"י הקדוש האט עס מער מוריד געווען אין עולם הבריאה, דער בעש"ט זי"ע האט ווייטער ממשיך געווען אין עולם היצירה, און דער רבי האט עס אראפגעברענגט אין עולם העשיה, אז אפילו אין די נידריגסטע מדרגה זאל מען קענען טרעפן דעם באשעפער. אויך איז באקאנט אין די ספרים הקדושים אז אין יעדע פון די פיר עולמות, אצילות בריאה יצירה עשיה, איז אויך דא פיר עולמות אצילות בריאה יצירה עשיה. קען מען אפשר זאגן אז דער רבי איז געווען אצילות דעשיה, ר' נתן איז געווען בריאה דעשיה, מוהרא"ש איז געווען יצירה דעשיה, און דער ראש ישיבה שליט"א איז עשיה דעשיה. ממילא מיט דעם איז פארשטענדליך די חילוקי ההנהגה וואס איז געווען צווישן זיי. בפרט הנוגע לעניננו קען מען גוט פארשטיין ווי דער ראש ישיבה איז ממשיך ביז עשיה דעשיה, צו די נידריגסטע פון די נידריגסטע דרגא, אז אפילו דארט קען מען טרעפן דעם באשעפער.


ואם שגיתי, ה' הטוב יכפר בעדי.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב גארנישט מחדש געווען, בסך הכל געב איך איבער פאר תלמידים וואס מוהרא"ש האט מיר געלערנט. מוהרא"ש האט גענומען דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער און דאס אזוי שיין אראפגעברענגט פאר אונז פשוט'ע מענטשן, מיר זאלן קענען לעבן א גוט לעבן; פארוואס זאל איך עס האלטן פאר מיר אליין, פארוואס זאלן נישט אלע וויסן פון דעם? דאס איז בסך הכל וואס איך טו.


די אלע וואס זאגן מען האט געהאלטן פון רבי'ן אבער נישט פון רבי נתן - ווייסן נישט וואס דער רבי האט געזאגט, דער רבי האט בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שע): "מען דארף דאנקען ר' נתן, ווייל ווען נישט אים וואלט נישט געבליבן פון מיר קיין בלעטל שמות". נאך האט דער רבי געזאגט: "קיינער פארשטייט מיר נישט נאר נתן, און נפתלי אביסל".


אלע ספרים וואס מיר האבן היינט פון רבי'ן איז נאר א דאנק רבי נתן זכרונו לברכה; ער האט אפגעשריבן אלע תורות וואס ער האט געהערט פון רבי'ן, דעם ערשטן חלק ליקוטי מוהר"ן האט ער געדרוקט בחיים חיותו פון רבי'ן און דער צווייטער חלק ליקוטי מוהר"ן האט ער געדרוקט נאכן רבינ'ס הסתלקות.


נעם זיך נישט צום הארצן פון די עזות פנים'ער; ווען איינער רעדט אויף צדיקים איז א סימן אז ער איז א בעל עבירה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ז:): "כָּל אָדָם שֶׁיֵּשׁ לוֹ עַזוּת פָּנִים, בְּיָדוּעַ שֶׁנִּכְשַׁל בַּעֲבֵרָה", ווער עס איז אן עזות פנים איז א סימן אז ער איז א בעל עבירה; ווי איז דא א גרעסערע עזות פנים ווי איינער וואס וואגט זיך צו רעדן אויף צדיקי אמת?! ווי שעמט זיך נישט א מענטש צו רעדן אויף צדיקי עולם? נאר ווייל די מענטשן זענען פגום בברית, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים נה, כא): "שָׁלַח יָדָיו בִּשְׁלֹמָיו חִלֵּל בְּרִיתוֹ", ווען א מענטש רעדט אויף ערליכע אידן, צדיקי אמת, איז עס ווייל "חִלֵּל בְּרִיתוֹ", דער מענטש זינדיגט אין הארבע עבירות.


רבי נתן איז געווען א תלמיד חכם מופלג, ער איז געווען א שטארקער מתמיד און בקי אין ש"ס און אין אלע פוסקים. רבי נתן האט געקענט גאנץ ש"ס מיט אלע תוספות אויף אויסנווייניג. ביי זיין בר מצוה איז ער א חתן געווארן מיט א טאכטער פון הגאון הצדיק הרב רבי דוד צבי אויערבאך זכרונו לברכה וואס איז געווען רב אין דריי גרויסע שטעט - שאריגראד, קרעמניץ און מאהליב; זיין שווער האט געזאגט: "מען האט מיר אנגעטראגן אסאך תלמידי חכמים פאר מיין טאכטער, אבער אזא גלאטע האלז ווי נתנ'לע האב איך נאך נישט געזען".


אזוי אויך די אלע וואס מאכן חוזק פון מוהרא"ש, די אלע דארפן תשובה טון; אנדערש וואלטן זיי נישט חוזק געמאכט פון א צדיק וואס האט זיין גאנץ לעבן זיך מוסר נפש געווען פאר'ן אייבערשטן און פאר די תורה. מוהרא"ש האט זיין גאנץ לעבן געליטן פון די לצים און עזות פנים'ער, בעיקר פון די וואס רופן זיך 'ברסלב'ע חסידים', זיין גאנץ לעבן האט ער נאר עוסק געווען צוריק צו ברענגען מענטשן צום אייבערשטן מיט'ן הייליגן רבי'נס עצות, די אלע וואלטן געוואלט רעדן אויף צדיקים למעלה בקודש און אויפ'ן באשעפער, נאר זיי האבן מורא מען וועט זיי אוועק שטופן, דערפאר רעדן זיי אויף שפעטערדיגע צדיקים. אזוי זאגט דער רבי (שיחות הר"ן, סימן לח),  אויפ'ן פסוק (תהלים עג, ט): "שַׁתּוּ בַשָּׁמַיִם פִּיהֶם", זיי ווילן רעדן קעגן פריערדיגע צדיקים, זיי ווילן רעדן קעגן דעם אייבערשטן, נאר זיי האבן מורא, "וּלְשׁוֹנָם תִּהֲלַךְ בָּאָרֶץ", דעריבער רעדן זיי אויף די צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן נישט האבן קיין שום שייכות מיט קיין לצים, מיט מתנגדים; מיר זאלן זיין דבוק צו צדיקי אמת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.