תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין א בחור אין די צוואנציגער יארן, איך בין ברוך ה' זייער ערליך און פרום, איך דאווען און לערן, און איך ארבעט אויף מיינע מידות.
איך וויל פרעגן צוויי שאלות. איינס, איך ווייס אז יעדער בחור אין מיין עלטער, און אפילו יונגער פון מיר, האט שוין גאר א שטארקע רצון חתונה צו האבן, איך האב עס אבער נישט, און אפילו אביסל פארקערט, איך האב נישט קיין חשק חתונה צו האבן. א חשובער איד האט אמאל גערעדט צו מיר איבער דעם, ער האט מיר מסביר געווען די וויכטיגקייט פון חתונה האבן, ווייל נאך די חתונה איז לייכטער צו זיין אפגעהיטן, און אזוי ווייטער, האב איך אים געזאגט אז איך בין שוין יעצט אפגעהיטן, שוין אפאר יאר וואס איך בין נישט דורכגעפאלן אין עבירות אפילו נאר איין מאל, כ'האב נאר דריי מאל אין מיין לעבן בטעות ארויסגעזאגט א ווארט ניבול פה. פון שאק איז ער שטיל געבליבן, איך בין אבער געבליבן מיט מיין פארקרומטע רצון, און איך קען זיך נישט ארויסזען פון דעם. אפשר האט דער ראש ישיבה אן עצה פאר מיר איבער דעם?
צווייטנס, ס'רייסט מיר ביים הארץ די מצב פון כלל ישראל אויף א נישט נארמאלן אופן, ס'איז דא טעג וואס איך עס נישט און איך טרינק נישט פון צובראכנקייט, איך קען וויינען צום אייבערשטן פאר שעות איבער דעם, איך שפיר כ'וועל נישט קענען אנגיין מיט מיין לעבן אזוי. ליידער זעט מען היינט אזויפיל אידישע קינדער וואס פאלן אוועק, וואו מ'דרייט זיך טרעפט מען שוואכע חברה, און מיין הארץ ווערט צופליקט פון דעם.
מיין הארץ צוגייט ווען א איד מאכט מיט, אנהייב פונעם קאראנא וויירוס ווען איך האב פשוט געגעסן ברויט דורכגענעצט מיט טרערן פון צובראכנקייט, כ'האב געמאכט אסאך שעות התבודדות, אבער די אויפגעגעסענע הארץ בלייבט. וואס קען איך בכלל טון פאר דעם? איז בכלל דא א ליכטיגקייט פאר מיין פינסטערקייט חוץ משיח? וועל איך נאך אמאל זוכה זיין צו שמייכלען פון אינעווייניג? אפשר גאר איז די ציל פון מיין זיין דא צו ליידן און ליידן און ליידן, און אויסגיין ווי א לעכטל?
ביטע ענטפער מיר ווי שנעלער. יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת שמיני, כ"ה ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וויסן זאלסטו אז די ערשטע מצוה אין די תורה איז די מצוה פון פרי' ורבי'; דער הייליגער מחבר הייבט אן שלחן ערוך אבן העזר מיט די הלכה: "חַיָּב כָּל אָדָם לִשָּׂא אִשָּׁה כְּדֵי לִפְרוֹת וְלִרְבּוֹת", יעדער איד איז באפוילן פונעם הייליגן באשעפער צו חתונה האבן כדי צו קענען מקיים זיין די מצוה פון פרי' ורבי', "וְכָל מִי שֶׁאֵינוֹ עוֹסֵק בִּפְרִיָּה וּרְבִיָּה כְּאִלּוּ שׁוֹפֵךְ דָּמִים", און ווער עס איז נישט מקיים די מצוה איז אזוי ווי ער פארגיסט בלוט, "וּמְמַעֵט אֶת הַדְּמוּת", ער טוט נישט דעם ווילן פונעם אייבערשטן צו פארמערן מענטשן וואס זענען באשאפן געווארן בצלם אלוקים, "וְגוֹרֵם לַשְּׁכִינָה שֶׁתִּסְתַּלֵּק מִיִּשְׂרָאֵל", און ער איז גורם אז די שכינה זאל נישט רוען ביי די אידן.
וואס גייסטו נאך דיינע פארקרומטע מחשבות? דו שטעלסט זיך אהער ווי א גרויסער צדיק; ווילאנג דו האסט נישט חתונה, דו טוסט נישט דעם ווילן פונעם אייבערשטן ביסטו א גרויסער רחמנות, דו האסט נישט די אלע זאכן וואס מען באקומט ווען מען איז זוכה חתונה צו האבן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סב:): "כָּל אָדָם שֶׁאֵין לוֹ אִשָׁה", ווער עס האט נישט חתונה, ער לעבט אליינס אן א ווייב, "שָׁרוּי בְּלֹא שִֹמְחָה", דער לעבט אן קיין שמחה, "בְּלֹא בְּרָכָה", דער לעבט אן קיין ברכות, "בְּלֹא טוֹבָה", דער ווייסט נישט וואס מיינט גוט, "בְּלֹא תּוֹרָה", מען האט נישט קיין תורה, "בְּלֹא חוֹמָה", מען לעבט אן קיין מויער, "בְּלֹא שָׁלוֹם", אן קיין פרידן; די אלע זאכן האט מען נישט פאר די חתונה, דער מדרש (בראשית רבה יז, ב) לייגט צו נאך זאכן וואס פעלט פאר'ן חתונה האבן, "בְּלֹא עֵזֶר", מען האט נישט קיין העלפער, "בְּלֹא כַּפָּרָה", מען האט נישט קיין פארצייער, "בְּלֹא חַיִּים", עס איז נישט קיין לעבן.
דער הייליגער זוהר זאגט (האזינו רצו.): "מַאן דְּלָא אִשְׁתְּכַח דְּכַר וְנוּקְבָּא, אִקְרֵי פְּלַג גּוּפָא", ווער עס האט נישט חתונה - איז א האלבע זאך, "וְלֵית בִּרְכָתָא שַׁרְיָא בְּמִלָּה פְּגִימָא וַחֲסֵירָא, אֶלָּא בַּאֲתָר שְׁלִים", די ברכה קען נישט זיין אין א האלבע זאך, נאר אין א גאנצע זאך; נאך זאגט דער הייליגער זוהר (אחרי, נט:): "רֶבִּי יִצְחָק אָמַר", דער הייליגער רבי יצחק זאגט, "בְכָל אֲתַר דְּלָא אִשְׁתְּכַח דְּכַר וְנוּקְבָּא, לָאו כְּדַאי לְמֵחֱמֵי אַפֵּי שְׁכִינְתָּא", ווער עס האט נישט חתונה איז נישט ווערד צו זען די פנים פון די שכינה; פריער אין פרשת ויקרא (ה.) שטייט: "כָּל מַאן דְּלָא אִשְׁתְּכַח דְּכַר וְנוּקְבָּא", ווער עס האט נישט חתונה, "כָּל שְׁבָחָא אַעְדּוֹי מִנֵּיהּ", דער האט נישט קיין שום לויב, "וְלָאו הוּא בִּכְלָלָא דְּאָדָם", דער איז נישט גערעכנט פאר א מענטש, "וְלֹא עוֹד, אֶלָּא דְּלָאו אִיהוּ כְּדַאי לְאִתְבָּרְכָא", און ער איז נישט ווערט צו ווערן געבענטשט.
דעריבער ווייס איך נישט פארוואס דו ביסט אן אויבער חכם נאכצוגיין דיין פארקרומטע שכל.
חתונה האבן איז דער תירוץ אויף די צווייטע פראגע; אויף וואס דו עסט זיך אויף דיין הארץ, אויף דיין פראגע 'וועל איך נאך אמאל זיין פרייליך פון אינעווייניג?' אז דו וועסט חתונה האבן, דו וועסט טון דער ווילן פונעם אייבערשטן אן קיין חכמות - וועסטו האבן א גאנצע הארץ, דו וועסט נישט זיין פארנומען מיט אנדערע, דו וועסט זען דאס גרויסקייט פון אידישע קינדער ווי מען איז זיך מוסר נפש אין די שווערע זמנים ווייטער טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן; עס איז טאקע דא אסאך וואס פאלן, אבער פון די אנדערע זייט איז דא אזויפיל ריינקייט אזויפיל הייליגקייט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.