שאלה אין קורצן ענין
#1 - פארוואס האט דער אייבערשטער געברענגט אזא אומגליק אין ל"ג בעומר?
אחדות, מחלוקת, אמונה, קשיות, מירון, אמונת חכמים, ל"ג בעומר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין געווען אין מירון ל"ג בעומר ביינאכט, בשעת עס האט פאסירט די שרעקליכע טראגעדיע, און איך בין נישט ביי מיר, איך ווייס נישט וואס צו טון, די שרעקליכע פאסירונג וואס האט פאסירט דעם ל"ג בעומר אין מירון האט מיר זייער צומישט.


איך ווייס נישט וואס צו טראכטן, ווי קען זיין אין אזא הייליגע טאג, אין אזא הייליגע פלאץ, זאל פאסירן אזא אומגליק?! דאס ווייזט אז רבי שמעון בר יוחאי וויל נישט מיר זאלן קומען צו אים? איז ל"ג בעומר נישט קיין טאג פון רחמים? דער אייבערשטער וויל אונז נישט? אפשר קען מיר דער ראש ישיבה אויסקלארן וואס גייט דא פאר, איך האב נישט קיין מנוחה, איך קען נישט ווייטער אנגיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בהר-בחוקותי, כ' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיר אלע זענען זייער צעבראכן פון די שרעקליכע פאסירונג, מען זעט קלאר אז דאס איז א גזירה מן השמים, אזוינס האט נאכנישט פאסירט, דאס איז קלאר א גזירה פון הימל. אבער חס ושלום זאגן אז רבי שמעון בר יוחאי וויל נישט מען זאל קומען, חס ושלום זאגן אז ל"ג בעומר איז א טאג פארקערט פון חסד ורחמים.


וואס ווייסן מיר וואס רבי שמעון בר יוחאי ראטעוועט אלע אידן פון ביטערע גזירות.


ל"ג בעומר איז זייער א גרויסע טאג, ל"ג בעומר איז א טאג פון ישועות ביי כלל ישראל; הונדערטער יארן וואס אידן קומען קיין מירון ל"ג בעומר זיך פרייען מיט די הילולא פון רבי שמעון בר יוחאי. עד היום, ביזן היינטיגן טאג ווערן אידן געהאלפן ביי רבי שמעון בר יוחאי.


מיר ווייסן גארנישט, מיר פארשטייען נישט דרכי המקום ברוך הוא. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן נב): "כָּךְ רָאוּי לִהְיוֹת דַּיְקָא, שֶׁיִּהְיוּ קֻשְׁיוֹת עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְכָךְ נָאֶה וְיָפֶה לוֹ יִתְבָּרַךְ", דאס איז די שיינקייט פונעם באשעפער, אז עס איז דא קשיות אויף אים, מען פארשטייט נישט וואס ער טוט, "אִם הָיָה הַנְהָגָתוֹ כְּפִי חִיּוּב דַּעְתֵּנוּ אִם כֵּן הָיָה, חַס וְשָׁלוֹם, דַּעְתּוֹ כְּדַעְתֵּנוּ", חס ושלום אויב וואלטן מיר פארשטאנען אלע זיינע וועגן, וואלט דאס געזאגט אז דער אייבערשטער איז כדעתנו, קומט אויס, אז אדרבה, די קשיות ווייזט אז מיר ווייסן גארנישט. דער רבי האט אויסגעפירט - וואויל איז דעם מענטש וואס האט נישט קיין קשיות אויף די אמונה, ער גלייבט אז דער אייבערשטער פירט די וועלט בצדק ובמשפט, בחסד וברחמים; וואויל איז דעם וואס חזר'ט שטענדיג דעם פסוק (תהלים קמה, יז): "צַדִּיק ה' בְּכָל דְּרָכָיו", דער אייבערשטער איז גערעכט מיט אלע זיינע וועגן, "וְחָסִיד בְּכָל מַעֲשָׂיו", און טוט נאר גוטס מיט אלע זיינע מעשים.


קלאפ דיין מויל, מען טאר נישט זאגן די ווערטער: "דער אייבערשטער וויל אונז נישט"; דער אייבערשטער וויל אונז יא! דער אייבערשטער בארומט זיך מיט אונז, אזוי ווי דער פסוק זאגט (שמואל-ב ז, כג): "וּמִי כְעַמְּךָ כְּיִשְׂרָאֵל גּוֹי אֶחָד בָּאָרֶץ", ווער און וואו איז נאך דא אזא פאלק ווי אידישע קינדער; ווער עס איז זוכה צו זיין אין מירון – זעט דאס גרויסקייט פון אידישע קינדער, די חסד וואס טוט זיך אפ צווישן אידישע קינדער, וואו מען גייט טיילט מען עסן און טרונקען, די גאנצע בארג מירון איז איין שטיק חסד.


די קדושת המקום אין די לעצטיגע יארן – איז מורא'דיג, די לעצטע יארן איז דא א מורא'דיגע ריינקייט; עס איז דא א ספעציעלע וועג מען זאל זיך קענען היטן די אויגן. צענדליגער טויזנטער אידן, ערליכע אידן, קומען זיך צוזאמען אן קיין תערובות, אן קיין איין שלעכטע קוק רחמנא לצלן, מען קומט זיך אויסגיסן דאס הארץ ביים קבר התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, נאכדעם טאנצט מען אינאיינעם; ווי קען מען טראכטן חס וחלילה אז רבי שמעון בר יוחאי וויל נישט מען זאל קומען?! צדיקים האבן געזאגט אז ל"ג בעומר אין מירון ביי רבי שמעון בר יוחאי איז דא צוויי בחינות, אין די מערה שפירט זיך ווי יום כיפורים, און אין חצר שפירט זיך ווי שמחת תורה.


די ביטערע טראגעדיע איז א זאך וואס מיר קענען נישט פארשטיין, דאס איז א גזירה מן השמים. איין זאך וואס מיר דארפן ארויסנעמען ווען עס פאסירט אזא שרעקליכע זאך (איכה ג, מ): "נַחְפְּשָׂה דְרָכֵינוּ וְנַחְקֹרָה וְנָשׁוּבָה עַד ה'"; מיר דארפן תשובה טון, מיר דארפן זיך בארעכענען אויף אונזערע מעשים, מיר דארפן אכטונג געבן נישט צו צעקוועטשן א צווייטן איד, נישט צעדריקן א צווייטן. עס איז שוין געקומען די צייט אפצולאזן מחלוקת; אז א צווייטער האלט אנדערש – קומט נאכנישט מען זאל אים צעקוועטשן, אז א צווייטער גייט צו א צווייטער רבי – קומט נאכנישט מען זאל אים צעטרעטן.


עס איז וויכטיג אז ווען מען קומט צו רבי שמעון בר יוחאי זאל מען לעבן אזוי ווי רבי שמעון בר יוחאי וויל מיר זאלן לעבן. רבי שמעון בר יוחאי זאגט (זוהר הקדוש, פרשת נשא קכח.): "אֲנָן בַחֲבִיבוּתָא תַּלְיָא", אונזער גרויסקייט איז, ווייל מיר לעבן מיט ליבשאפט, מיר האבן זיך ליב; אז מען קומט צו רבי שמעון בר יוחאי דארף מען אנהייבן לעבן מיט ליבשאפט, ליב האבן א איד פון אן אנדערע גזע – אזוי ווי פון די אייגענע גזע.


אז מען קומט ל"ג בעומר, מען זינגט: "אמר רבי עקיבא, אשריכם ישראל"; מען זינגט נישט "אשרינו" – וואויל איז אונז, נאר מען זינגט: "אשריכם ישראל" – וואויל איז פאר אידן; דארף מען דאס ארייננעמען אין זיך און געדענקען א גאנץ יאר: "אשריכם ישראל" – וואויל איז פאר אלע אידן!


ווען מען איז מקבל גוטע קבלות – דארף דאס זיין מתוך שמחה, עס טאר נישט קומען פון עצבות ומרה שחורה. אויב עס קומט פון עצבות – וועט עס נישט אנהאלטן, גוטע קבלות וואס קומט פון שמחה – דאס האט א קיום. דעריבער דארף מען זיך זייער היטן אין די טעג, ווען מען רעדט אזויפיל פון די שלעכטע נייעס, אז מען זאל נישט אריינפאלן אין עצבות.


מען מוז זיך האלטן אין די אמונה, געדענקען (רש"י במדבר יט, ב): "גזירה היא מלפני, ואין לך רשות להרהר אחריה"; נאר אזוי וועלן די גוטע קבלות האבן א קיום.


עס איז זיכער אז רבי שמעון בר יוחאי האט דא אראפגענומען גרויסע ביטערע גזירות פון גאנץ כלל ישראל.