תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
אפשר קען מיר דער ראש ישיבה שליט"א מחזק זיין אויף דעם וואס איך האב נישט זוכה געווען צו זיין ביים רבי'ן אויף ראש השנה? איך האב אזוי געהאפט און געדאווענט און געוויינט אויף דעם, איך בין אזוי צעבראכן.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
ערב שבת קודש פרשת האזינו, י"א תשרי, מחרת יום הכיפורים, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
וואויל איז דיר אז דאס איז דיין גאנצע צער, אז דו האסט נישט זוכה געווען צו זיין ביים רבי'ן אויף ראש השנה; אנדערע האבן צער פון נארישקייטן, אנדערע האבן בכלל נישט קיין ווילן צו זיין ביים רבי'ן; פון דעם אליין דארפסטו זיך זייער פרייען, אז דו האסט ווייטאג פון דעם אז דו האסט נישט געקענט אנקומען די יאר צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה.
מיט דעם בעט איך דיר זייער דו זאלסט זיך מוסר נפש זיין צו זיין פרייליך. דער רבי זאגט דאך (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן סו), דער עיקר איז די ווילן; ווי מער מען גליסט און מען וויל טון גוטס - איז מען זוכה צו דעם, און דו קענסט זיין זיכער אז דער אייבערשטער רעכנט דיר דיין ווילן, דיין בענקשאפט, דיין גליסטעניש - כאילו דו האסט דאס געטון, און חס ושלום טראכטן שלעכט און זיין דערביטערט.
הייב שוין אן מיט תפילות און געבעט פאר קומענדיגע יאר, דו זאלסט זוכה זיין צו זיין אין אומאן ראש השנה. דאווען יעדן טאג אויף דעם, בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט קענען צעברעכן די שווערע מניעות.
דער עיקר זאלסטו זיין פרייליך, זיי זיך מוסר נפש צו זיין פרייליך, בעט די תפילה יעדן טאג: "רבונו של עולם העלף מיר איך זאל זיין פרייליך און איך זאל שפירן די שמחה אין אלע מיינע אברים, פון קאפ ביז פיס; ביז איך וועל זיין אזוי פרייליך אז איך וועל אנהויבן טאנצן פון גרויס פרייד אויף די גרויסע חסד אז דו האסט מיך באשאפן א איד און מיר געגעבן די הייליגע מצוות.
איך בעט דיר הייליגער באשעפער, האב רחמנות אויף מיר און נעם אוועק פון מיר די ביטערקייט און פוילקייט, איך זאל נאר זיין פרייליך און פרייליך מאכן אנדערע, און בזכות שמחה זאל איך זוכה זיין צו נכלל ווערן אינגאנצן אין דיר, איך זאל מער נישט זען פאר מיינע אויגן נאר דיך באשעפער, איך זאל זען און שפירן ווי דו ביסט אלעס און עס איז מער גארנישט דא אויף די וועלט נאר דו אליינס, און זוכה זיין צו תשובה שלימה, מעתה ועד עולם אמן סלה".
א פרייליכן שבת.