תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
געלויבט ה' יתברך אז איך בין מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן דורך די הערליכע שיעורים, מיין לעבן האט זיך דעמאלט אנגעהויבן, איך האב אנגעהויבן לעבן מיט'ן אייבערשטן, איך האב אנגעהויבן שפירן א געשמאק אין לעבן, און איך האב זיך געטוישט צום גוטן אין יעדן הינזיכט ברוך ה'.
אין די לעצטע פאר טעג האט אבער עפעס פאסירט מיט מיר, איך ווייס נישט וואס אבער איך האב ממש פארלוירן מיין טעם אין לעבן איך ווייס נישט וואס וועט זיין מיט מיר אויף די וועלט. איך האב פלוצלינג באקומען א קאלטקייט צום הייליגן רבי'ן, און אן קיין שום סיבה הייב איך אן טראכטן פארוואס דאס פעלט מיר אויס, און אפשר וועל איך משוגע ווערן פון דעם.
עס הערט זיך אינטערעסאנט, אבער איך בין זייער צעמישט און טרויעריג, ובפרט אז איך ווייס נישט פארוואס עס קומען צו מיר די אלע מחשבות און מרה שחורה. אויב דער ראש ישיבה קען מיר ביטע מחזק זיין ווייל עס איז מיר זייער שווער מיט דעם, און ס'שטערט מיר זייער אין מיין סדר היום
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת ואתחנן, ז' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דער הייליגער רבי פארענטפערט דיין פראגע, דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן עב): ווען א מענטש ווערט נתעורר לתשובה, ער וויל עפעס טון צו זיין גוט, ער וויל זיין אן ערליכער איד און ער מאכט אפ צו גיין צום צדיק, "וְאַחַר כָּךְ כְּשֶׁנּוֹסֵעַ, מִתְגַּבֵּר עָלָיו הַיֵּצֶר הָרָע וְנוֹפֵל מִתְּשׁוּקָתוֹ שֶׁהָיָה לוֹ תְּחִילָה", נאכדעם ווען ער איז שוין אויפ'ן וועג איז זיך דער יצר הרע מתגבר אויף אים און ער הייבט אן פארלירן זיין געפיל צו גיין צום צדיק, "וְאַחַר כָּךְ כְּשֶׁבָּא לְהַצַּדִּיק, מִתְגַּבֵּר עָלָיו הַיֵּצֶר הָרָע עוֹד יוֹתֵר, וְאוֹבֵד כָּל חִשְׁקוֹ", נאכדעם ווען ער קומט אן צום צדיק איז זיך דער יצר הרע מתגבר אויף אים און ער פארלירט דעם גאנצן געפיל, זאגט אויף דעם דער הייליגער רבי: "אַל יִקְשֶׁה בְּעֵינֶיךָ זאֹת, וְאַל יְבַהֲלוּךָ רַעְיוֹנֶיךָ עַל זֶה", זאלסט נישט ווערן צעמישט פארוואס דאס פאסירט און נישט דערשראקן ווערן, די סיבה צו דעם איז, ווייל ווי מער דער מענטש איז זיך מתגבר אויף זיין יצר הרע אלץ מער איז זיך דער יצר הרע מתגבר אויף אים, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוכה נב.): "כָּל הַגָּדוֹל מֵחֲבֵרוֹ יִצְרוֹ גָדוֹל הֵימֶנּוּ", ווי גרעסער דער מענטש איז אלץ א גרעסערער יצר הרע האט ער, דעריבער אין אנהייב ווען ער איז נאך נישט געווען ביים צדיק איז ער נאך נישט געווען אין א גרויסע מדריגה, האט ער געהאט נאר א קליינעם יצר הרע, אבער נאכדעם ווען ער גייט צום צדיק איז ער שוין גרעסער - קומט א פרישע יצר הרע, ביז ווען ער קומט שוין צום צדיק וואס דעמאלט איז זיך דער יצר הרע זייער מתגבר.
דאס וואס דו שפירסט לעצטנס ווי דו פארלירסט דיין גאנצע חשק, עס קומען דיר אריין מחשבות אז דו זאלסט אפלאזן דעם רבי'ן - דאס גייט אריבער אויף יעדן איינעם; יעדער וואס ווערט מקורב צום הייליגן רבי'ן, ביים אנהייב איז ער אין א פלאקער אין א ברען, ער שפירט ווי ער איז אריין אין גן עדן לעבעדיגערהייט, ער הייבט אן לעבן מיט'ן אייבערשטן, ער הייבט אן שפירן א טעם אין תורה ומצוות, אבער מיט די צייט נעמט מען אים אוועק דעם געפיל כדאי ער זאל קענען ארויף גיין צו א העכערע דרגא; אויב ער שטארקט זיך, ער האלט זיך שטארק אין רבי'ן אפילו אן א געפיל, אפילו מיט אלע קשיות און בלבולים - דאן איז ער זוכה צו קומען צו א העכערע דרגא.
די וויכטיגסטע זאך איז צו בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זיין צוגעבינדן צום רבי'ן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, איך זאל קיינמאל נישט אפלאז דעם רבי'ן, איך זאל געדענקען ווי אזוי איך האב אויסגעזען אן דעם רבי'ן"; נאר מיט תפילה איז מען פארזיכערט, נאר מיט התבודדות קען מען זיך האלטן אין רבי'ן.
דעריבער בעט איך דיר זייער, שטארק זיך; לאז נישט אפ דעם הייליגן רבי'ן, בינד זיך צו צום רבי'ן, קוק נישט אויף די קשיות, קוק נישט אויף דעם וואס דו פאלסט אראפ, דאס איז נאר אז דו זאלסט גיין העכער און העכער. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כה): "וּבָזֶה טוֹעִין הַחֲסִידִים הַרְבֵּה, שֶׁפִּתְאֹם נִדְמֶה לָהֶם שֶׁנָּפְלוּ מֵעֲבוֹדַת ה'", אין דעם זענען זיך ערליכע אידן טועה ווען זיי שפירן פלוצלינג א ירידה, זיי שפירן ווי זיי האבן פארלוירן זייער ברען און חשק וואס זיי האבן געהאט און עס דאכט זיך זיי אז זיי זענען אראפגעפאלן, "וּבֶאֱמֶת אֵין זֶה נְפִילָה כְּלָל, רַק מֵחֲמַת שֶׁצְּרִיכִין לַעֲלוֹת מִמַּדְרֵגָה לְמַדְרֵגָה, וְאָז מִתְעוֹרְרִין וּמִתְגַּבְּרִין מֵחָדָשׁ הַקְּלִיפּוֹת, שֶׁהֵם הַתַּאֲווֹת וְהַבִּלְבּוּלִים וְהַדִּמְיוֹנוֹת וְהַמַּחֲשָׁבוֹת וְהַמְּנִיעוֹת כַּנַּ"ל, עַל כֵּן צְרִיכִין לְהִתְגַּבֵּר בְּכָל פַּעַם מֵחָדָשׁ", אבער באמת איז דאס נישט קיין נפילה, דאס איז נאר א דמיון וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אינעם מענטש ווען ער איז מצליח און ער קען שוין גיין ווייטער אין די קדושה, דעמאלט מאכט ער אז דער מענטש זאל האבן חלישות הדעת, ספיקות און מניעות וכו'; מען טאר נישט קוקן אויף דעם נאר ווייטער דינען דעם אייבערשטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זיך קענען שטארקן אויף אלע בלבולים.