שאלה אין קורצן ענין
#1 - פארוואס זאל מען נישט פארן אין פעלד מאכן התבודדות?
חסידות ברסלב, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איידער איך פרעג מיין שאלה וויל איך זיך קודם באדאנקען אויף אלע שיעורים און חיזוק, אין זכות פון די שיעורים בין איך ב"ה זוכה צו לערנען יעדן טאג ח"י פרקים משניות, א בלאט גמרא בבלי און ירושלמי מיט א פרק תוספתא, און נאך שיעורים, און אויך האב איך לכבוד דעם אריינגעברענגט דעם אייבערשטן אין מיין שטוב, יעדע זאך זאגט מען ברוך ה', בעזרת ה', און אזוי ווייטער.


יעצט צו מיין שאלה, דער ראש ישיבה שליט"א זאגט כסדר אז ברסלב'ע חסידים טוען אלעס וואס דער רבי שרייבט בתמימות ופשיטות אן קיין חכמות. פארוואס ווען עס קומט אבער צו רעדן צום אייבערשטן, וואס דער רבי שרייבט קלאר אז ס'זאל זיין אין פעלד צווישן די גראז, פארוואס פונקט ביי דעם זאגט מען אז ס'מיינט נישט דוקא אין פעלד, נאר מ'קען איבעראל רעדן צום אייבערשטן, און מוהרא"ש זאגט אז מ'קען זיך פארשטעלן ווי די גאנצע וועלט איז א וואלד, און די גוים זענען די חיות, וכדומה. פארוואס זאל מען נישט מקיים זיין בתמימות ופשיטות צו רעדן צום אייבערשטן אין פעלד אזוי ווי דער רבי שרייבט?


איך פרעג נישט חס ושלום לקנטר, איך וויל באמת פארשטיין, תורה היא וללמוד אני צריך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, י"ב מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אנשי שלומינו וואס וואוינען צווישן פעלדער און וועלדער זענען טאקע מקיים וואס דער רבי זאגט אז מען זאל זיך מתבודד זיין צווישן די גראז; עס איז דאך גאר אנדערש דאס התבודדות וואס מען מאכט אין פעלד צווישן די גראז ווי דאס התבודדות אין שטאט. אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט פאר זיין טאכטער שרה, בשעת ווען ער איז געגאנגען מיט איר אויף א שפאציר: "ווען דו וואלסט ווען זוכה געווען צו הערן דאס געזאנג פון די גראז וואלסטו געהערט ווי יעדע גראז זינגט און לויבט דעם אייבערשטן; ווי גוט און ווי אנגענעם איז צו הערן ווי זיי זינגען זייערע לידער און ווי וואויל איז זיך צו מתבודד זיין צווישן זיי (שיחות הר"ן, סימן קסג)"; מיר הערן נישט די שירות ותשבחות פון די גראז אבער מיר שפירן עפעס אן אנדערע טעם בשעת מען איז צווישן זיי.


היות אז נישט יעדער איינער איז זוכה צו וואוינען צווישן פעלדער און וועלדער, אסאך מענטשן וואוינען אין שטאט אין פלעצער וואו עס איז נישט דא קיין פעלדער –דארף מען זיי מחזק זיין זיי זאלן זיך מתבודד וואו אימער מען געפונט זיך. דאס לערנט אונז מוהרא"ש, מיר זאלן לעבן מיט'ן מציאות.


מוהרא"ש האט אונז געלערנט צו לעבן אין ווירקליכקייט (ריאליטעט) און זיך נישט לאזן נארן, מען זאל נישט אפשטופן דאס רעדן צום אייבערשטן אויף ספעציעלע געלעגנהייטן, ווען מען וועט האבן א פעלד וכו', נאר וואו מען געפונט זיך זאל מען זיך פון דארט מקשר זיין און זיך צוקלעבן צום אייבערשטן.


מוהרא"ש דערציילט אז עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד א גרויסער סוחר, אמאל האט מען אים געפונען זיצן אין גאס וויינען, איז מען צוגעגאנגען צו אים און געפרעגט: "וואס גייט פאר? פארוואס וויינסטו? וואס האט פאסירט?" קודם האט ער זיך פרובירט ארויסצודרייען און נישט ענטפערן, אבער ווען מען האט אים אסאך געמוטשעט האט ער גענטפערט נישט מער און נישט ווייניגער: "איך וויין צום אייבערשטן אז איך וויל זיין אן ערליכער איד", האט מען אים געפרעגט: "פארוואס וויינסטו דא אין גאס? גיי אריין אין שול, דארט איז די פלאץ פון תשובה און תיקון המעשים!" האט ער געענטפערט: "איך האב געהערט פון רבי נתן נאכזאגן פון רבי'ן (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קכד): 'לִּפְעָמִים מַגִּיעַ לָאָדָם הִרְהוּר תְּשׁוּבָה וְהִשְׁתּוֹקְקוּת לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּאֵיזֶה מָקוֹם', ווען א מענטש האט א הרהור תשובה זאל ער דאס נישט אפשטופן אויף שפעטער נאר ער זאל בלייבן דארט וואו ער שטייט, 'שֶׁצָּרִיךְ שָׁם בְּאוֹתוֹ הַמָּקוֹם דַּיְקָא, לְהִתְחַזֵּק בְּזֶה הַהִרְהוּר תְּשׁוּבָה וְהַהִשְׁתּוֹקְקוּת, כְּגוֹן לְדַבֵּר שָׁם אֵיזֶה דִּבּוּרִים שֶׁל תְּחִנּוֹת וּבַקָּשׁוֹת אוֹ דִּבְרֵי הִשְׁתּוֹקְקוּת בַּפֶּה וּבַלֵּב כְּפִי הָעִנְיָן', און פון דארט זאל ער ארויס זאגן אפאר ווערטער פאר'ן אייבערשטן, 'וְלֹא יַמְתִּין וְלא יָזוּז מִמְּקוֹמוֹ', ער זאל נישט ווארטן אויף שפעטער און נישט אוועק גיין פון וואו ער געפונט זיך, 'אַף עַל פִּי שֶׁאֵין זֶה הַמָּקוֹם מוּכָן לְכָךְ, כְּגוֹן שֶׁלֹּא בִּמְקוֹם קְבִיעוּת לְתוֹרָה וּתְפִלָּה, רַק בְּדֶרֶךְ הִלּוּכוֹ וְכַיּוֹצֵא', אפילו די פלאץ איז נישט געאייגנט פאר תורה און תפילה, ער איז אינטערוועגענס וכדומה, 'כִּי כְּשֶׁיָּזוּז מִמְּקוֹמוֹ, יָכוֹל לִהְיוֹת שֶׁיִּפְסֹק', ווייל אויב וועט ער דאס אפשטופן וועט אוועק גיין זיין התעוררות, 'וְכֵן מִמֶּנּוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה בְּעַצְמוֹ רָאִינוּ עִנְיָן כָּזֶה כַּמָּה פְּעָמִים', און אזוי האבן מיר געזען ביים רבי'ן אסאך מאל", עיין שם.


איך ווייס נישט פארוואס דו טראכסט אז אנשי שלומינו זענען דאס נישט מקיים, בשעת עס זענען פארהאן צענדליגער טויזנטער בריוון פון מוהרא"ש געשריבן פאר אנשי שלומינו וואס וואוינען אין 'יבניאל עיר ברסלב', אז זיי זאלן זיך מתבודד זיין אויף די בערג און אויף די פעלדער פון יבניאל. עפן דעם ספר אשר בנחל וועסטו זען בריוו נאך בריוו ווי מוהרא"ש שרייבט: "גיי ארויף אויפ'ן בארג יעדן טאג און שמועס זיך אויס דיין הארץ מיט'ן אייבערשטן, וועסטו האבן א ישועה".


מוהרא"ש האט אוועק געמאכט דאס וואס חברים נעמען זיך צוזאם און מען פארט צוזאמען אין פעלד וכדומה מאכן התבודדות וכו', ווייל שלימות התבודדות איז ווען מען גייט איינער אליינ'ס - בד בבד יהי' קודש; מען זוכט א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, וואו קיינער הערט נישט און ווייסט נישט וואו מען געפונט זיך, מען גייט אליינס מיטן אייבערשטן און מען גיסט זיך אויס דאס הארץ. דאס איז וואס מוהרא"ש האט געוואלט מיר זאלן טון. מה שאין כן ווען מען גייט צוזאמען איז דאס א שפיל; דער שרייט הויך, קומט דער צווייטער און שרייט נאך העכער, קומט דער דריטער וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.