שאלה אין קורצן ענין
#1 - פארוואס זענען נישט דא מער ברסלב'ע חסידים? און אויף וועלכע זאכן דארף מען נישט פאלגן די עלטערן?
כיבוד אב ואם, חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אייערע שיעורים און חיזוק האבן מיר ממש געטוישט מיין לעבן צום גוטן מן הקצה אל הקצה ברוך ה', און צום ערשט מוז איך זיך באדאנקען אויף דעם.


איך האב געוואלט פרעגן איבער חסידות ברסלב. מען זעט אין ברסלב אז כמעט יעדער איינער איז א פרישער מקורב, אלעס איז נייע מענטשן, וואו זענען די אלע ברסלב'ע חסידים פון אלע דורות, נאך איבער צוויי הונדערט יאר פון הייליגן רבי'ן, וואלט דאך די ברסלב'ע חסידות געדארפט איבערשטייגן אלע אנדערע חסידות'ן אין צאל פון מענטשן, און למעשה איז דאס נישט אזוי.


אויך האב איך געוואלט פרעגן איבער דעם וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז אויף צוויי זאכן דארף מען נישט פאלגן די עלטערן, דאס איז וואו צו גיין לערנען, און אויף א שידוך, נאר ביי די צוויי זאכן דארף מען טון וואס מ'זעט פאר ריכטיג, און מ'דארף נישט פרעגן די עלטערן, האב איך געוואלט פרעגן וואו ס'איז דער מקור אין שלחן ערוך אויף דעם.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהעלותך, ט"ו סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז דו ביסט זיך מחי' און מחזק מיטן הייליגן רבי'ן.


דו שרייבסט אז די רבי'ס דיבורים האט דיר אינגאנצן געטוישט דיין לעבן צום גוטן - מקצה אל הקצה; דער רבי האט דאס בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק, קען מען זיין אן ערליכער איד. נישט סתם אן ערליכער איד, נאר אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; ווייל דער רבי ברענגט אונז צום אייבערשטן, דער רבי לערנט אונז אויס מיר זאלן לעבן מיט אמונה, מיט תכלית. און דער רבי געבט אונז א וועג ווי אזוי מיר קענען זוכה זיין צו לערנען און ענדיגן כל התורה כולה (עיין שיחות הר"ן סימן עו).


אזוי אויך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שכב): "ווער עס וועט נאר האבן א שייכות מיט איינע פון מיינע תלמידים, וועט שוין אויך ווערן אן ערליכער איד. נישט נאר אן ערליכער איד, נאר גאר א גרויסער צדיק".


דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף די מענטשן וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און זיי זענען נישט מקורב געווארן, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיך נישט; "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת, אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב, וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה, אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז", ווייל עס וועט קומען די צייט וואס דער מענטש וועט ליגן מיט די פיס צום טיר, דאס מיינט ווען מען שטארבט - וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פוס אויסגעדרייט צום טיר, און דער מענטש וועט זיך דעמאלט אנקוקן ווי אזוי ער זעט אויס... דעמאלט וועט ער זייער חרטה האבן: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן, ווייל ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף דער וועלט', אבער עס וועט שוין זיין צו שפעט.


דו פרעגסט: "וואו זענען אלע ברסלב'ע חסידים?" וויל איך דיך פרעגן: "וואס איז ברסלב'ע חסידות? ווי אזוי ווערט מען א ברסלב'ער חסיד?!" א ברסלב'ער חסיד קען מען נישט דערקענען פון אינדרויסן, ברסלב האט נישט א געוויסע לבוש, אז מען זאל קענען ציילן וויפיל מענטשן האבן שייכות צו דעם רבי'ן; דער רבי וויל פון אונז אז מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן. מען זאל זיך מתבודד זיין יעדן טאג, זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן און אים דערציילן אלעס וואס גייט איבער אויף אונז. התבודדות איז א זאך וואס איז פריוואט, עס איז צווישן דעם מענטש אינעם אייבערשטן - "בַּד בְּבַד יִהְיֶה - קוֹדֶשׁ".


נאך א זאך וואס דער רבי וויל פון אונז, אז מיר זאלן זיין פרייליך. מיר זאלן זיך מחיה זיין מיט יעדע נקודה טובה, מען זאל נישט אויפגעבן ווען מען זעט אז מען האלט אין איין אראפפאלן און מען זאל נישט אויפהייבן די הענט ווען מען זעט אז וויפיל מאל מען פרובירט נאכאמאל פאלט מען צוריק - דאס איז ברסלב'ע חסידות; געבן מוט פארן מענטש אנצוגיין אין לעבן.


דער הייליגער רבי איז א מתנה פאר כלל ישראל; דער רבי איז א מתנה פאר די גאנצע וועלט - פאר אלע אידן און להבדיל אפילו פאר אומות העולם. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט אונטערוועגנס ווען ער איז געפארן קיין נאווריטש (חיי מוהר"ן, סימן רנ): "יֵשׁ לְאֵל יָדִי לְהַחֲזִיר כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ לְמוּטָב", איך בין בכח צוריק צו ברענגען די גאנצע וועלט צום אייבערשטן, "וְלֹא מִבָּעֲיָא יִשְׂרָאֵל קְדוֹשִׁים, אֶלָּא כָּל הָאֻמּוֹת הָעוֹלָם כֻּלָּם אֲנִי יָכוֹל לְהַחֲזִירָם לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְהָיִיתִי יָכוֹל לְהוֹלִיכָם סָמוּךְ לְדַת יִשְׂרָאֵל", נישט נאר די אידן קען איך צוריק ברענגען צום אייבערשטן, נאר אפילו די אומות העולם קען איך אויך צוריק ברענגען צום אייבערשטן.


מוסר נפש געווען האט זיך דער רבי צו ראטעווען אידן פון עבירות; איינע פון די זאכן וואס דער רבי האט אונז געהייסן איז צו גיין "הפצה". יעדער ברסלב'ער חסיד דארף עוסק זיין אין מקרב זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן און מען קען נישט זיין א ברסלב'ער חסיד נאר אז מען איז עוסק אין הפצה. דאס האט מוהרא"ש זכרונו לברכה געטון במשך פופציג יאר אין איין צי; געדרוקט דעם רבינ'ס ספרים און דאס פארפלייצט אויף די גאנצע וועלט. נאכדעם האט ער געשריבן קונטרסים; ער האט גענומען דעם רבינ'ס ווערטער און דאס אראפ געשריבן אויף א גרינגע שפראך פאר בני הנעורים אז זיי זאלן דאס אויך קענען פארשטיין, ער האט געדרוקט די קונטרסים אויף צענדליגער שפראכן און דאס פארשפרייט פאר די וועלט, און דאס טוען ווייטער תלמידי היכל הקודש מיט מסירות נפש.


הונדערטער מיליאנען ספרים און קונטרסים - בלי גוזמא - האט מוהרא"ש געדרוקט און פארשפרייט פאר די וועלט, מיט איין כוונה: אז נאך א איד זאל וויסן פונעם אייבערשטן, נאך א איד זאל וויסן אז ער קען נאך תשובה טון און נאך א איד זאל וויסן אז ער קען אנהייבן פון דאסניי; דאס איז ברסלב: "מאכן נאך א איד טראכטן פון תכלית; זיך מחזק זיין מיט דאס גוטס וואס מען האט; גלייבן אז מען קען נאך פאררעכטן; אפילו דער גרעסטער בעל עבירה האט נאך א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן" - דאס איז ברסלב!


מענטשן זוכן נישט צו דערציילן פאר אנדערע אז זיי לעבן פון דעם רבינ'ס עצות און חיזוק ווייל אסאך מאל ווערט פון דעם א גרויסע מחלוקת, אבער אלע נעמען די חיזוק פון רבי'ן. עס איז נישט דא קיין איין איד אויף דער וועלט וואס שעפט נישט חיות פון רבי'ן, אויב נישט גראדערהייט איז עס בעקיפין; זיין רב, זיין מורה דרך, זיין משפיע וכו' נעמט חיות פון רבי'ן, עס איז נישט דא נאך איינער וואס קען אזוי מחזק זיין א מענטש וואס איז אראפ געפאלן אין עבירות ווי דער הייליגער רבי.


דער הייליגער רבי האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן תרג): עס איז געווען א פייגל וואס האט געלייגט זייער אסאך אייער, זעענדיג אז זי האט נישט גענוג פלאץ אין איר נעסט פאר אלע אירע אייער, האט זי געטראכט אז זי וועט שטילערהייט לייגן אירע אייער אין אנדערע נעסטן און דארט זאל זיך עס ווארעמען. אזוי האט זי געטון, זי האט ארויסגעלייגט הונדערטער אייער אין אומצאליגע נעסטן; שפעטער ווען עס זענען ארויסגעקומען די פייגלעך פון די אייער האבן די פייגל פון די אנדערע נעסטן געמיינט אז דאס זענען זייערע קינדער, ביז די מאמע פון די אלע פייגלעך איז געקומען און געפיפן מיט איר מויל, דאן האבן אלע פייגל דערקענט זייער מאמעס קול זענען זיי אלע מיטגעפלויגן מיט איר.


אזוי איז אויך ביים רבי'ן; דער רבי מיינט אז דאס זענען זיינע מענטשן, דער משפיע מיינט אז די זענען זיינע בחורים, ביז דער רבי געבט א פייף און זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", און אלע קומען צו לויפן קיין אומאן; עס איז ממש אזוי ווי עס שטייט (ישעיהו ס, ד): "שְׂאִי סָבִיב עֵינַיִךְ וּרְאִי כֻּלָּם נִקְבְּצוּ בָאוּ לָךְ בָּנַיִךְ מֵרָחוֹק יָבֹאוּ וּבְנֹתַיִךְ עַל צַד תֵּאָמַנָה", אלע קומען צו פארן "תֵּ'אָמַנָה" קיין אומאן, דארט קען מען שוין אביסל זען וואס טוט זיך דא, וויפיל מענטשן נעמען חיזוק פון הייליגן רבי'ן.


בנוגע אויב מען וויל גיין לערנען אין א ישיבה און די עלטערן זענען נישט מסכים וכו'; עס ווערט גע'פסק'עט אין שלחן ערוך (יורה דעה סימן רמ, סעיף כה): "תַּלְמִיד שֶׁרוֹצֶה לָלֶכֶת לְמָקוֹם אַחֵר, שֶּׁהוּא בּוֹטֵחַ שֶׁיִּרְאֶה סִימָן בְּרָכָה בְּתַלְמוּדוֹ לִפְנֵי הָרַב שֶׁשָּׁם, וְאָבִיו מוֹחֶה בּוֹ, לְפִי שֶׁדּוֹאֵג שֶׁבְּאוֹתָהּ הָעִיר הַגּוֹיִם מַעֲלִילִים - אֵינוֹ צָרִיך לִשְׁמוֹעַ לְאָבִיו בָּזֶה", אויב מען וויל גיין לערנען ביי א געוויסע רבי תורה וואוסענדיג אז מען גייט מצליח זיין אין דעם ישיבה מער ווי ביי א צווייטער רבי, און דער טאטע לאזט נישט גיין ווייל ער האט מורא אז דער זון וועט צו קומען צו א סכנה - מעג מען גיין אהין לערנען, און דער רמ"א לייגט צו נאך אן הלכה, "וְכֵן אִם הָאָב מוֹחֶה בְּבֵן לִשָּׂא אֵיזוֹ אִשָּׁה שֶׁיַּחְפֹּץ בָּהּ הַבֵּן - אֵין צָרִיך לִשְׁמוֹעַ אֶל הָאָב", אזוי אויך אויב דער טאטע לאזט נישט זיין זון חתונה האבן דארף ער נישט צו הערן צו אים. דער מקור פון דער הלכה איז אין תשובת מהרי"ק (שורש קסו): "דְּאֵין כֹּחַ בְּיַד הָאָב לִמְחוֹת בְּיָד בְּנוֹ לִשָּׂא אִשָּׁה אֲשֶׁר יַחְפֹּץ בָּהּ הַבֵּן, דְּאֵין חַיָיב לְכַבְּדוֹ אֶלָּא בִּדְבָרִים שֶׁשַׁיָיכִים לְאָב, כְּגוֹן מַאֲכִילוֹ וּמַשְׁקּוֹ, אֲבָל מִלְּתָא דְּלֹא שַׁיָיך בְּאָב פְּשִׁיטָא דְּאֵין כֹּחַ בְּיָד הָאָב לִמְחוֹת בִּבְנוֹ, עד כאן לשונו".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן פאלגן דעם רבי'ן, און נעמען א חלק אין צוריק קערן אלע אידן צום אייבערשטן.