תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך ליין אסאך די בריוון און איך נעם פון זיי אסאך חיזוק אין עבודת ה', איך בין ב"ה געווארן מקורב צום הייליגן רבי'ן, און פרוביר צו גיין און לעבן מיט זיינע עצות.
איך האב געליינט אין א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן פאר'ן מחותן וועגן אויסגעבן איבריגע זאכן פאר די חתונה און מתנות וכדומה, און דער ראש ישיבה איז טאקע גערעכט מיט דעם, איך האב זיך נאר געוואונדערט אויף איין זאך וואס דער ראש ישיבה שרייבט אז דער מחותן זאל זיך נישט זארגן וועגן די טליתים, ווייל דער ראש ישיבה וועט שוין אליין קויפן פאר'ן חתן.
מיט ווייסן דאך אז על פי קבלה איז דא אן ענין אז דוקא די כלה זאל שיקן דעם טלית פאר'ן חתן, און דער רבי ברענגט דאס בפירוש אין ליקוטי מוהר"ן תורה מ"ט "וזה הטעם למה שולחת הכלה להחתן טלית". וויל איך פארשטיין פארוואס דער ראש ישיבה שליט"א האט נישט געטון אזוי.
יישר כח פאר אלעס.
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת בהעלותך, י"ד סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דאס וואס דו פרעגסט היתכן איך האב אליינס באצאלט דעם טלית פאר מיין זון, דער רבי זאגט דאך (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן מט): "וְזֶה הַטַּעַם לָמָה הַכַּלָּה שׁוֹלַחַת לְהַחָתָן הַטַּלִּית", מען פירט זיך דאך אז די כלה שיקט דעם טלית פאר'ן חתן?
אמת טאקע, דער מנהג איז אז די כלה שיקט דעם טלית, אבער דער רבי רעדט פונעם טלית אליינס; דער טלית אליינס - דאס שיקט די כלה פאר'ן חתן אבער די זילבערנע עטרות און דאס וואכן בייטל, שבת בייטל, גארטל און קיטל וכו' וכו' - דאס איז שוין א צווייטע זאך. דעריבער האב איך געשריבן פאר מיין מחותן נרו יאיר אז איך וועל באצאלן די אלע איבעריגע זאכן, ווייל עס קומט אויס אסאך מאל אומבאקוועמליכקייטן וכו' צווישן מחותנים ווען דער חתן קויפט איין מער ווי דער מחותן איז וויליג צו באצאלן.
אז מען רעדט שוין פונעם טלית ווייסטו דאך אודאי דעם סיפור וואס דער רבי האט געזאגט פאר איינער פון די תלמידים ווען ער האט אים אוועק געגעבן זיין טלית פאר א מתנה, (שיחות הר"ן, סימן קעב): "געב אכטונג אויף מיין טלית און דו זאלסט דאס מכבד זיין, ווייל אזויפיל וויפל האר דער טלית האט, אזויפיל טרערן האב איך פארגאסן צום אייבערשטן איך זאל וויסן וואס איז דער סוד פון טלית"; אז מיר וועלן פאלגן דעם רבי'ן און מיר וועלן וויינען צום אייבערשטן אז מיר זאלן זוכה זיין צו זיין ערליכע אידן וועלן מיר אנקומען צו אלע גרויסע מדריגות, אזוי ווי דער רבי האט בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "אויף צוויי כיתות מענטשן האב איך גרויס רחמנות, אויף די מענטשן וואס זענען נישט מקורב געווארן צו מיר און אויף די מענטשן וואס האבן יא געוויסט פון מיר אבער האבן מיר נישט געפאלגט, ווייל איך ווייס אז עס וועט קומען א צייט ווען מען וועט ליגן מיט די פוס צום טיר, דעמאלט וועט דער מענטש גרויס חרטה האבן פארוואס ער איז נישט מקורב געווארן צו מיר און פארוואס ער האט מיר נישט געפאלגט, ווייל אויב וואלט ער געווען מקורב צו מיר און מיר געפאלגט וואלט נישט געווען קיין דרגא אויף דער וועלט וואס ער וואלט נישט צוגעקומען, אבער דעמאלט וועט שוין גארנישט נוצן, עס וועט שוין זיין צו שפעט".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.