שאלה אין קורצן ענין
#1 - פארוואס נאר אונז האבן נישט קיין אייגענע דירה?
אידיש געלט, שווער און שוויגער, תפילות אויף אידיש, פרנסה, שמחה, מדות טובות, עצבות, דירה, קנאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די לעכטיגע שיעורים, עס איז ממש מחיה נפשות ברוך ה', יישר כח אייבערשטער.


איך שפיר ווי מיין לעבן איז מיר געווארן ביטער ביטער שווער. מיר זענען א יונגע קאפל, חתונה געהאט אפאר יאר, מיר האבן נישט קיין אייגענע דירה, דא אין ארץ ישראל איז ביטער שווער קויפן א דירה, די פרייז איז גאר טייער, אפילו מיט די הילף פון ביידע זייטן עלטערן. און דא הייבט זיך אן אונזער פראבלעם.


מיין מאנ'ס משפחה האט נישט קיין שום געלט, מיינע עלטערן האבן געברענגט אביסל א קליינע סומע, אבער זיי האבן כאטש געוויזן אז זיי אינטערעסירן זיך אין אונז, זיי פרובירן כאטש צו העלפן, אבער פון די אנדערע זייט שפיר איך ווי איך האב ממש פיינט מיין מאנ'ס עלטערן, עס אינטערעסירט זיי ממש גארנישט פון אונז, מיין שווער און שוויגער האלטן ממש נישט ביים געבן עפעס. איך שפיר ממש ווי איך גיי אויס פאר קנאה פאר מענטשן וואס זייערע עלטערן געבן זיי געלט, און זיי האבן א שיינע הויז.


די גרעסערע פראבלעם איז אבער אז מיין שוויגער געבט יא און העלפט יא גאר אסאך פאר מיין מאנ'ס ברידער, זי קויפט זיי און געבט זיי נאכאנאנד זאכן און דאגה'ט זיי. זי האט אונז בכלל נישט ליב, איך שפיר אז קיינער האט אונז נישט ליב ביי מיין מאנ'ס זייט. ווייל מיר האבן נאכנישט א דירה, זענען מיר גארנישט ווערד, וואס טו איך? איך האב זיי נישט ליב, איך האב פיינט מיין מאנ'ס עלטערן.


איך וויל נישט קומען אויף שבת ווייל מיין שווער איז א גרויסער קמצן, די לעקטער פארלעשט זיך דארט מיט א זייגער אינמיטן די סעודה, אויך די עירקאנדישאן, פונקט פארקערט פון די גרויסע שפע וואס גייט ביי מיין טאטע, מיין מאן וויל אבער יא גיין.


וואס טוט מען? איך שפיר זיך אזוי שלעכט, איך וויל אזוי שטארק אויך האבן א גרויסע הויז דא אין שטאט, אבער עס קאסט 2 מיליאן שקל, זאלן מיר זיך רייסן מיט חובות? אדער ווארטן ביז ווען? אן הגרלה אויף דירות און אביסל מער ביליג אבער עס איז גרייט נאך אסאך יאר? איך האב מורא אריינגיין אין טיפע חובות, ווי אויך איז גאר א סכנה דא אין ארץ ישראל מיט די באנק.


ביטע אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען אונז געבן א גוטע עצה און אן ענטפער, איך ווארט זייער אויף דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהר, ט"ו אייר, ל' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פארשטיי ממש נישט וואס די צרה איז און אויף וואס די געוויינען זענען; וואס האט א גוט לעבן צו טון מיט האבן אן אייגענע דירה? מען קען האבן אן אייגענע דירה און גארנישט האבן, און מען קען לעבן א זיסע לעבן אן האבן אן אייגענע דירה; איז וואס איז דאס געוויין און דאס געשריי אויף נארישקייטן.


עס איז א סכנה זיך אפצורעדן און צו קרעכצן; אז מען וויינט אויף גארנישט ברענגט דאס שווערע צרות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (במדבר רבה טז, כ) די אידן האבן געוויינט ביי די מרגלים, האט דער אייבערשטער זיי געזאגט: "אתם בכיתם בכיה של חנם לפני", ענק האבן געוויינט אומזיסטיגע געוויין, "אני אקבע לכם בכיה לדורות", איך וועל ענק מאכן וויינען אויף אלע דורות; ווען מען וויינט אויף גארנישט מיט נישט, ברענגט מען שווערע צרות, אויך ברענגט דאס אלע עבירות. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב סימן ז, אות יא): "כִּי בְּזֶה הַחֵטְא וְהַפְּגָם", ווייל אז מען וויינט אומזיסט אויף גארנישט און אויף נישט, מען קרעכצט און מען רעדט זיך אפ - "תְּלוּיִים כָּל הָעֲווֹנוֹת", דאס ברענגט אלע עבירות, "כּוֹלֵל כָּל הַחֲטָאִים", דאס איז אזוי הארב ווי אלע עבירות רחמנא לצלן. דער רבי זאגט דארט ווייטער: "כְּפִי מַה שֶּׁזּוֹכֶה לִפְעֹל בַּקָּשַׁת סְלַח נָא", און אז מען איז מתקן די פגם, מען הערט אויף וויינען, מען רעדט זיך נישט אפ, מען דאנקט און מען לויבט דעם אייבערשטן - "מִזֶּה נַעֲשֶׂה בְּחִינַת חֲנֻכַּת הַבַּיִת", קען מען זוכה זיין צו א נייע שטוב, באקומען אן אייגענע הויז.


דאס וואס איר שפירט ווי דאס לעבן איז אייך ביטער ביטער - דאס האט נישט מיט די דירה, דאס איז די קנאה וואס מאכט חרוב אייער לעבן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנב:): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ בּוֹ קִנְאָה, עַצְמוֹתָיו מַרְקִיבִין", ווער עס איז מקנא א צווייטן - ווערן זיינע ביינער פארפוילט; מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, אז דאס גייט ארויף אויף לעבעדיגע מענטשן, קנאה מאכט דאס לעבן אויס, מען עסט זיך אויף לעבעדיגערהייט, און דאס מאכט מען זאל ליב האבן די אנדערע געשוויסטער און אייך נישט, קנאה שטופט אוועק אהבה, איר דארפט בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל קיינעם נישט מקנא זיין, איך זאל זיין צופרידן מיט מיין לעבן", אויך זאלט איר עסן יעדן טאג אפאר שטיקלעך קנאבל, דאס איז א סגולה אוועק צו נעמען קנאה און א סגולה מען זאל זיך אליין ליב האבן. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות אות אהבה, סימן יא): "הַשּׁוּם מְסֻגָּל לְאַהֲבָה", עסן קנאבל איז א סגולה צו זיך ליב האבן, און קיינעם נישט מקנא זיין.


ווי לאנג א מענטש האלט אז מענטשן קומען אים עפעס - איז א גרויסע רחמנות אויף אים; מען ווערט פון דעם חרוב. אז עלטערן העלפן די קינדער מיט א הויז, מיט געלט וכו' - איז דאס א שיינע זאך; דאס מיינט נישט אז זיי דארפן דאס טון, און אז זיי געבן פאר א טייל קינדער יא און פאר א טייל קינדער נישט - קען מען נישט האבן קיין טענות, מען דארף זיי ווייטער מכבד זיין און געדענקען אז די געלט און די הויז און אזוי ווייטער - אלעס איז פונעם אייבערשטן.


איר זאלט ווייטער גיין אויף שבתים צו זיינע עלטערן און זיי מכבד זיין, און טוט נישט וויי אייער מאן, רעדט נישט צו אים קעגן זיינע עלטערן; עס איז א גרויסע עבירה און א גרויסע שטות פון די ווייבלעך וואס העצן אויף זייער מאן קעגן זייער טאטע מאמע, דאס מאכט חרוב די שלום בית, מען פארלירט אלעס.


בעטס דעם אייבערשטן די תפילה:


"הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל זיין דאנקבאר פאר יעדן איינעם, איך זאל נישט מיינען אז עס קומט מיר עפעס. הייליגער באשעפער העלף מיר אויסארבעטן מיינע שלעכטע מידות, איך האלט אז אלע קומען מיר, אלע דארפן מיר טון, אלע דארפן מיר מאכן. אויך די שלעכטע מידה פון קנאה; איך ווער אויפגעגעסן, איך האב נישט הנאה פון לעבן.


אנא השם, איך בעט דיר אייבערשטער, רחם עלי, האב רחמנות אויף מיר, העלף מיר איך זאל האבן א שטארקע אמונה צו גלייבן אז דו טוסט אלעס, דו ביסט אלעס, אלעס קומט פון דיר און נאר צו דיר דארף מען זיך ווענדן".


אזוי זאלט איר בעטן, און לייגט צו אייערע אייגענע תפילות, ביז עס וועט אייך גוט ווערן אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.