תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב שוין נישט קיין כח צו ווארטן אויף א שידוך, עס איז מיר זייער שווער. אין די לעצטע פאר וואכן זענען פינף פון מיינע חברים געווארן חתנים, און איך הויב זיך אן אויפעסן פון אינעווייניג, וואס טו זיי בעסער פון מיר? וואס טו איך נישט גוט? ווען וועט שוין קומען מיין ישועה? איך האב שוין נישט קיין כח צו ווארטן מער, איך שפיר ווי איך ווער אינגאנצן צעבראכן, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר מחזק זיין?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ב' פרשת שמיני, אסרו חג פסח, כ"ג ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן
... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
ווער קען דען פארשטיין די ווייטאג פון א בחור? קיינער אויף די וועלט פארשטייט נישט די צער וואס א בחור גייט אריבער; מוהרא"ש זכותו יגן עלינו שרייבט: "אין צער כצערו של בחור", נישטא אזא ווייטאג ווי די ווייטאג וואס א בחור גייט אריבער, מוהרא"ש זכרונו לברכה האט געזאגט, זיין זאך איז בחורים, ער איז אראפגעקומען אויף די וועלט פאר בחורים און מיידלעך, און נאך האט מוהרא"ש געזאגט אז ווען ער וועט ארויפקומען אין הימל וועט ער איבערדרייען דעם בית דין של מעלה זיי זאלן נישט דן זיין קיין בחורים אויף דאס וואס זיי פאלן נעבעך אראפ אין עבירות, ווייל זיי זענען נישט שולדיג, זיי ווילן חתונה האבן.
מוהרא"ש פלעגט וויינען טאג און נאכט אויף בחורים, אראפצונעמען די גזירה וואס מיר האבן, אז מען קען נישט חתונה האבן יונג בקדושה ובטהרה, ער האט זיך מוסר נפש געווען און זיך איינגעשטעלט זיין לעבן פאר דעם, ער האט שיעור נישט באקומען זעכצן יאר תפיסה אין מדינת ישראל די מדינה של גיהנום פארן העלפן אידישע קינדער - בחורים און מיידלעך - זיי זאלן חתונה האבן יונגערהייט ווען זיי זענען נאך ריין בקדושה ובטהרה.
איך בעט דיר זייער, שטארק זיך, אפילו עס איז דיר ביטער שווער, דו שפירסט ווי דו קענסט מער נישט אויסהאלטן, דו קענסט מער נישט זיין אליין, דו ווילסט חתונה האבן, דאך בעט איך דיר שטארק זיך, בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, גיי התבודדות, גיי צו קברי צדיקים און שריי אויס דיין הארץ צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר און דיר געבן דיין שידוך.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.