שאלה אין קורצן ענין
#1 - פארוואס פארשפרייט מען נישט די סגולה פון טשערנאבלער מגיד זי"ע?
קדושה, הפצה, סגולות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוז זיך באדאנקען פאר די סגולה וואס איך האב געזען געשריבן אין "עצתו אמונה", פון הייליגן טשערנאבלער מגיד זי"ע, אז מען זאל לערנען ליקוטי מוהר"ן פאר'ן שלאפן, און אזוי וועט מען זיין אפגעהיטן ביינאכט פון אלעם שלעכטס. די סגולה האט מיר זייער שטארק געהאלפן.


עס טוט מיר נאר וויי אז איך האב עס ערשט יעצט געזען, ווען איך וואלט עס געהערט פאר דריי יאר צוריק, קען זיין איך וואלט זיך איינשפארן אזוי סאך שוועריקייטן, און איך וואלט היינט געווען א ריינער און פרייליכער איד.


פארוואס פארשפרייט מען נישט מער די סגולה, דאס וואלט דאך געקענט העלפן און ראטעווען אזויפיל בחורים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת יתרו, שובבי"ם, י"ח שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פארשפרייט פאר יעדן איינעם די סגולה וואס מיר האבן געהערט פון מוהרא"ש, אז א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן טשערנאבלער מגיד זכותו יגן עלינו און זיך באקלאגט אז ער ווערט נכשל יעדע נאכט בעוון קרי רחמנא לצלן, ער האט געוויינט אז דער הייליגער מגיד זאל אים געבן א עצה, האט אים דער מגיד געגעבן א עצה, למעשה איז ער צוריק געקומען נאך א טאג אז די עצה העלפט נישט, האט ער אים געגעבן אן אנדערע עצה, און ער איז צוריק געקומען זאגן אז די עצה העלפט אויך נישט און ער זעט יעדע נאכט קרי רחמנא לצלן, האט אים דער הייליגער מגיד זכותו יגן עלינו געזאגט: "יעצט וועל איך דיר געבן א סגולה וואס דו וועסט שוין נישט צוריק קומען צו מיר, ווייל די סגולה וועט דיר זיכער העלפן", ער האט אים ארויסגעברענגט דעם ספר 'ליקוטי מוהר"ן' און אים געזאגט: "לערן יעדע נאכט פאר דו גייסט שלאפן אביסל פון דעם ספר, וועסטו זיכער ווערן אפגעהיטן פון אלע שלעכטס און פון מקרה לילה". דער הייליגער טשערנאבלער מגיד איז געווען זייער נאנט מיטן רבי'ן, זיינע קינדער זענען אבער שוין געווארן מתנגדים.


וואויל איז דעם מענטש וואס פארשפרייט די זיסע עצות פון רבי'ן פאר אנדערע, דער איז מקרב די גאולה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו:): "גדולה תשובה שמקרבת את הגאולה", דורך פארשפרייטן די ספרים און קונטרסים מיט די עצות פון רבי'ן - ברענגט מען די גאולה, ווייל דער רבי האט עצות און חיזוק פאר אלעמען, אפילו ווער עס איז אראפגעפאלן אין גראבע עבירות, דורך דעם רבינ'ס ספרים קערט מען זיך צוריק צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.