שאלה אין קורצן ענין
#1 - פארוואס שעם איך זיך צו באדאנקען מיין שווער און שוויגער?
סיפורי צדיקים, שווער און שוויגער, תפילה והתבודדות, צדיקים, בושה, דרך ארץ

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


די ערשטע זאך וויל איך דאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א אויף די שיינע שיעורים, ספעציעל די שיעורים פאר מלמדים און לערערינס, עס געבט מיר זייער שטארקע חיזוק צו אנגיין ווייטער.


איך וויל בעטן חיזוק וועגן מכבד זיין שווער און שוויגער. איך קען נישט זאגן ש'כח פאר מיין שווער און שוויגער, נישט אויף די עסן און נישט אויף גארנישט, אויך יעצט ווען איך בין געווען ביי זיי א חודש נאכ'ן געבוירן א קינד, איך האב טאקע געהאלפן מיט'ן איינקויפן זאכן און מיט'ן אראפטראגן די מיסט, און דאס גלייכן, אבער רעדן קען איך נישט, איך שעם זיך זייער, איך האב יעדן טאג געטראכט יעצט גיי איך זאגן ש'כח, און שוין גיי איך צעברעכן די בושה, ווען עס איז אבער געקומען למעשה האב איך נישט געקענט עפענען מיין מויל, אזוי אויך פארן אהיימגיין האב איך געזאגט שוין יעצט גיי איך זאגן ש'כח פאר אלעס, און איך האב נישט געקענט.


מיין שוויגער רעדט נישט מיט די איידעמער, און נאך מער אויב זי איז אין קאך אליין און איך גיי אריין אין קאך עפעס נעמען קען זי ארויס גיין, און אויך מיין שווער רעט כמעט נישט, און איך בין אויך א ביישן אין נאטור, און איך הייב אויך נישט אן צו רעדן מיט מענטשן וואס איך קען נישט, און דעריבער שעם איך זיך צו זאגן ש'כח וכו'.


ווען איך קום אריין ביי מיין שווער אין שטוב זאג איך גוט שבת, אבער מער פון דעם קען איך נישט.


עס שטערט מיר זייער און איך בעט אסאך דעם אייבערשטן אז איך זאל קענען זאגן ש'כח נאך א שבת'דיגע סעודה וכדומה. איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען אביסל אוועק שטעלן אויפ'ן פלאץ.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיט דיין שוויגער דארפסטו נישט רעדן, עס איז גענוג ווען מען קומט אריין אין שטוב צו באגריסן און ווען מען גייט ארויס צו גריסן און זיך באדאנקען, אזוי אויך מיט דיין שווער. דאס איז די גרעסטע כיבוד, מען גריסט מיט דרך ארץ און מען באדאנקט זיך, עס פעלט נישט אויס מער.


ביים רבי'ן איז געווען אזא מעשה. דער הייליגער רבי נתן דערציילט (שיחות הר"ן, סימן רלב), עס איז געווען איינער פון אנשי שלומינו וואס פלעגט קומען אסאך צום רבי'ן, ער האט געהאט זאכן וואס ער האט געוואלט רעדן מיטן רבי'ן, אבער ער האט זיך נישט געקענט עפענען דאס מויל צו רעדן מיטן רבי'ן וואס ליגט אים אלץ אויפן הארץ, ביז איין מאל איז אים אויסגעקומען צו באדינען דעם רבי'ן, ער האט געטראכט 'יעצט וועל איך רעדן, איך וועל אלעס דערציילן דעם רבי'ן', אבער די מויל האט זיך אים נישט געעפנט. דער רבי איז דעמאלט געווען אויפן וועג אהיים פון זיך וואשן לכבוד שבת, דער רבי האט אים געבעטן ער זאל אים געבן די שיך אנצוטון, פלוצלונג רופט זיך דער רבי אן (פון זיך אליין): "געוואוין זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן, נאכדעם וועסטו קענען רעדן מיט מיר".


שטארק זיך אין התבודדות, אין רעדן מיטן אייבערשטן, שמועסן מיטן אייבערשטן, די עצה איז אן עצה פאר אלע פראבלעמען; וואס עס גייט אריבער, יעדע שווערע זאך - רעדט מען אויס צום אייבערשטן, מען בעט אים ער זאל רחמנות האבן, אזוי ווי אן ארעמאן בעט זיך מען זאל אים העלפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.