תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך וויל זיך באדאנקען פאר די שיינע בריוו וואס זענען אזוי מחזק כסדר.
איך האב געליינט א בריוו מיט'ן קעפל "מכבד זיין צו רעדן נאר די וואס פארשטייען נישט בעסער פון מוהרא"ש", איר שרייבט דארט "זייער טשאלנט זאלן זיי געבן צו עסן פאר זייער מאן און קינדער", דאס איז נאך גוט, אבער דאס וואס איר שרייבט ווייטער, "מיר זענען נישט אינטערעסירט צו הערן יענעמ'ס בויך וויי, יענעמ'ס סברות, יענעמ'ס חלומות און זיסע משלים", דאס האט מיר שוין וויי געטון, ווי אזוי קען מען שרייבן מיט אזא זלזול אויף אלע ברסלב'ע חסידים? און דאס טיילט מען נאך אויס פאר יעדן איינעם?!
איך בין א ברסלב'ער חסיד, איך בין זיך מחזק מיט אייערע בריוו, און איך האב ליב מוהרא"ש, און איך וויל פארשטיין וואו ס'איז דער "מכל מלמדי השכלתי"? פון יעדן קען מען זיך דאך לערנען עפעס גוטס.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת וישלח, י"ז כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וואס פאלט דיר ביי אז מען מאכט אוועק אנדערע? קיינער מאכט נישט אוועק אנדערע קהילות וואס זענען מחזק אידישע קינדער און פירן זייער קהילה אויף די וועג פון די תורה.
דו דערמאנסט מיר א מעשה, איינער איז אמאל געקומען צום רב פון שטאט זאגן ער וויל א דין תורה מיט פלוני וועלכער האט אים מבזה געווען; בשעת די דין תורה פרעגט אים דער רב: "וואס האט ער דיר פארשעמט?" האט דער תובע געענטפערט: "דער איד איז אריין געקומען אין בית המדרש און אויסגעשריגן הויך: 'דער נַאר זאל ארויס גיין פון שול! איך צייל ביז דריי און ווען איך זאג דריי וויל איך אים שוין זען אינדרויסן'", איך בין פארשטייט זיך גלייך ארויס געלאפן - דערציילט דער איד - יעצט וויל איך אז ער זאל מיר באצאלן פאר'ן מיך אזוי פארשעמען ברבים. האט אים דער רב געזאגט: "יענער האט דיר נישט פארשעמט, דו האסט זיך אליינס פארשעמט, ווער האט דיר געהייסן ארויס לויפן פון שול?" אזוי אויך, פארוואס טראכסטו אז מען איז מזלזל אין אנדערע?
מען מיינט נישט מזלזל זיין אין קיינעם, מען רעדט פון דעם וואס זייער אסאך פרויען ווערן אריין געכאפט דורך פרויען בעלי דמיונות וואס רעדן הבל הבלים, זאכן וואס קומט פון גוים, איינרעדענישן וכדומה; עס איז דא צווישן זיי וואס האבן א כח הדיבור, זיי קענען איבער רעדן אומשולדיגע מענטשן און זיי אריינשלעפן אין זייערע דמיונות, נאטירליכע היילונג, נאטירליכע געבורט, גוי'שע וועגן פון חינוך הבנים והבנות, שלום בית פון גוי'שע ביכער וכדומה לזה; אזוי ווי א שפין שפייט אויס שפייאכטס און מאכט א געוועב און ווען עס כאפט זיך אריין פליגן קומט דער שפין און נאגט ארויס די מח, אזוי ווערן אומשולדיגע פרויען אריינגעכאפט אין די נעץ פון די בעלי דמיונות.
דאס וואס עס שטייט אין די בריוו אז מען זאל נישט לאזן רעדן בעלי דמיונות, מיינט מען אנצוזאגן פאר פרויען זאלן זיך היטן פון בעלי דמיונות; ווען די פרויען קומען זיך צאם זיך מחזק זיין מיט'ן רבינ'ס עצות זאל מען אכטונג געבן נישט צו רעדן דמיונות.
מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זיך נישט אפנארן און מען זאל נישט נאכלויפן די וואס קענען זיך אליינס נישט העלפן; מוהרא"ש שרייבט אין זיין צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות טו) וואס איז דער סימן פון אן אמת'ער מנהיג אדער א פאלשער מנהיג: "וִוי אַזוֹי קֶען מֶען וִויסְן אוֹיבּ אֵיינֶער אִיז אַ פַאלְשֶׁער מַנְהִיג? דֶער סִימָן דֶערְצוּ זָאגְט דֶער רֶבִּי (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן, חֵלֶק ב', סִימָן עב) אַז וֶוען אַ מֶענְטְשׁ גֵייט צוּ אַן אֱמֶת'עֶר צַדִיק דַאן פַאלְט אוֹיף אִים אַרוֹיף אַ שִׁפְלוּת, עֶר פִילְט אַז עֶר אִיז דֶער עֶרְגְסְטֶער מֶענְטְשׁ, אוּן עֶר הַאלְט זִיךְ נִישְׁט גְרֶעסֶער פוּן אַ צְוֵוייטְן. אוֹיבּ אָבֶּער וֶוען מֶען גֵייט צוּ אַ מֶענְטְשׁ, אוּן מֶען בַּאקוּמְט דָארְט אַ גַאֲוָה אוּן מֶען הַאלְט זִיךְ גְרֶעסֶער פוּן אַ צְוֵוייטְן, אַז נָאר עֶר וֵוייסְט דֶעם אֱמֶת אוּן קֵיינֶער וֵוייסְט נִישְׁט דֶעם אֱמֶת, דָאס אִיז אַ סִימָן אַז מֶען אִיז בַּיי אַ פַאלְשְׁן מַנְהִיג אוּן מֶען דַארְף אַנְטְלוֹיפְן פוּן דָארְט. פוּן אַן אֱמֶת'ן צַדִיק בַּאקוּמְט מֶען שִׁפְלוּת.
נָאךְ אַ סִימָן אִיז דָא, אַז אַן אֱמֶת'עֶר צַדִיק אִיז מְעוֹרֵר זַיינֶע מֶענְטְשְׁן צוּ לֶערְנֶען דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אוּן אַ פַאלְשֶׁער מַנְהִיג וֶועט רֶעדְן פוּן אַלֶעס אוֹיסֶער פוּן תּוֹרָה. דֶערִיבֶּער וֶוען אִיר גֵייט צוּ אַ מֶענְטְשׁ אוּן אִיר זֶעט אַז דוּרְךְ יֶענֶעם בַּאקוּמְט אִיר אַ חֵשֶׁק צוּ לֶערְנֶען פְלַייסִיג דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אִיז אַ סִימָן אַז אִיר זֶענְט בֵּיי אַן אֱמֶתְ'ן צַדִיק", עיין שם.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.