תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
פארגאנגענעם שבת האט מיין מאמע מיר עפעס געזאגט וואס האט מיך זייער שטארק צעבראכן, ווייל איך פרוביר אזוי שטארק צו טון אלעס איר צו מאכן פרייליך, און ווי מער איך טו פארלאנגט זי אלץ מער, איך האב געשפירט ווי איך האלט עס מער נישט אויס, איך פלאג זיך איר מכבד צו זיין מיט מיין גאנצע כח און דא באקום איך פאר יעדע קלייניגקייט א שארפע פסק, איך בין אריין אין מיין צימער און כ'האב זייער שטארק געוויינט.
ברוך ה' אז איך הער די שיעורים און איך האב זיך געקענט אביסל אויסרעדן צום אייבערשטן. איך האב זיך שטיל געזינגען ניגונים פון אמונה און התחזקות און דאס האט מיך בארואיגט. א גרויסן יישר כח פאר אלעס.
מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף פרוביר איך צו זאגן יעדן טאג דעם יום תהלים און תיקון הכללי, און אזוי ווי יעצט ווערט שוין פריער די זמן ביינאכט האב איך געוואלט פרעגן אויב מ'מעג זאגן תהלים ביינאכט, ווייל נישט אייביג קום איך אן עס צו זאגן אינמיטן טאג, און איך האב אמאל געהערט אז מען מעג נאר זאגן תהלים ביז צום זמן מעריב, וויל איך וויסן וואס איז ריכטיג צו טון?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
ערב שבת קודש פרשת וירא, י"ט מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן
... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
שטארקט זיך זייער מיט די מצוה פון מכבד זיין טאטע מאמע, און אז עס איז אייך שווער - איז די מצוה גרעסער און הייליגער. איר זאלט חס ושלום נישט ענטפערן פאר אייער טאטע מאמע ווען זיי האלטן פאר, טאטע מאמע דארף מען מכבד זיין אזוי ווי מען איז מכבד דעם אייבערשטן, די הייליגע חכמים זאגן (קידושין ל:): "השוה הכתוב כבוד אב ואם לכבוד המקום", דער אייבערשטער זאגט, אזוי ווי מען דארף מיך מכבד זיין דארף מען מכבד זיין די טאטע מאמע, און ווער עס איז מכבד טאטע מאמע איז מכבד די שכינה הקדושה.
שטארקט אייך מיט זאגן תהלים. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן עג), אז זאגן תהלים ברענגט צו זייער גרויסע זאכן, עס ברענגט צו תשובה שלימה, עס ווייזט די וועג ווי אזוי צו ווערן נאנט צום אייבערשטן.
אויך ביינאכט קען מען זאגן תהלים, מוהרא"ש זכותו יגן עלינו ברענגט פון די פוסקים (ספר אשל אברהם מהרב הקדוש מבוטשטאטש זכותו יגן עלינו, אורח חיים סימן רלח, סעיף ב) אז מען מעג זאגן תהלים ביינאכט, ווייל מען זאגט דאס דרך בקשה, איז דאס נישט אינעם כלל פון לערנען תורה שבכתב.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.