שאלה אין קורצן ענין
#1 - איך פארשטיי זיך נישט מיט מיין מאן, ווי אזוי קען מען מאכן שלום אין שטוב?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב חתונה געהאט מיט מיין מאן פאר 6 יאר, מיר האבן ב"ה א קינד, בערך 2 יאר אלט, אויך וועמען מיר האבן געווארט אסאך יארן. איך האב ב"ה געלעבט מיט מיין מאן זייער גוט אין די לעצטערע יארן, ביז ווען לעצטנס האט זיך עס געטוישט, ס'האט זיך אנגעהויבן אסאך קריגערייען צווישן אונז. דאס איז סתם אזוי א גרויסער פראבלעם, און נאך מער אז דאס קינד דארף זיך צוקוקן צו דעם.


מיין פראבלעם איז אז מיר פארשטייען זיך נישט, מיין מאן הערט מיר נישט אויס געהעריג, איך קען צומאל רעדן צו אים און ער הערט אפילו נישט וואס איך זאג, ער טענה'ט אז איך מאך אים קאפ ווייטאג ווען איך רעד צו אים.


למעשה ברעכט אויס זייער אסאך מאל שרייערייען און קריגערייען ביי אונז אין שטוב, אסאך מאל איז עס ממש פאר נארישקייטן, און אסאך מאל ווייל ער הערט זיך נישט צו צו מיר, וואס קען איך טון צו מאכן צוריק שלום ביי אונז אין שטוב, אז מיין מאן זאל מיר אויסהערן און מיר זאלן זיך פארשטיין. ווי אזוי קען איך מאכן אז איך זאל נישט שרייען ווען ער הערט מיר נישט אויס, נאר איך זאל אים קלאר מסביר זיין וואס ס'שטערט מיר און וואס ער טוט נישט גוט, ער פארשטייט בכלל נישט וואס ער טוט נישט ריכטיג.


א גרויסן ישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהעלותך, י"ד סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר אז קיינער האט נישט ליב קיין קריטיק - בפרט קריטיק פון די אייגענע ווייב; אז איר וועט שרייען אויף אייער מאן וועט איר גארנישט אויפטון, איר וועט נאר ערגער מאכן.


שלמה המלך זאגט (משלי כז, יט): "כַּמַּיִם הַפָּנִים לַפָּנִים, כֵּן לֵב הָאָדָם לָאָדָם", אזוי ווי ווען מען קוקט אין וואסער זעט מען זיך - ווען מען שמייכלט זעט מען א שמייכל, און ווען מען איז זויער זעט מען א זויערע בילד; אזוי איז א מענטש צום חבר - ווען מען שמייכלט שמייכלט יענער צוריק, און ווען מען איז שלעכט, איז יענער שלעכט צוריק צו דיר. געדענקט, די גאנצע לעבן איז אזוי ווי א 'שפיגעלע', אויב מען שמייכלט צו א 'שפיגל', זעט מען ווי איינער שמייכלט צוריק און אויב מען ווייזט א זויערע פנים צום 'שפיגל', זעט מען א זויערע פנים.


די נאטור פון א מאן איז אז ער האלט זיך גרויס; ער האט נישט ליב ווען מען שרייט אויף אים און ווען מען זאגט אים אריין. דעריבער זאלט איר רעדן צו אייער מאן מיט א ווייכע קול, נישט מיט א נערוועזקייט און גערעגטקייט, אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי טו, א): "מַעֲנֶה רַךְ, יָשִׁיב חֵמָה", איינער וואס רעדט שיין און איידל נעמט אוועק צארן; אז איר וועט שרייען אויף אייער מאן וועט איר גארנישט אויפטון, ער וועט נישט צוהערן וואס איר זאגט, ער וועט זיך נאר אויפרעגן און צוריק שרייען, און עס קען נאך גיין ווייטער, אז ער וועט אנהייבן שעלטן אדער גאר הייבן הענט.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה יז, יז): "אָדָם נִבְרָא מֵאֲדָמָה, וְכֵיוָן שֶׁאַתָּה נוֹתֵן עָלֶיהָ טִפָּה שֶׁל מַיִם מִיָּד הִיא נִשְׁרֵית", אדם הראשון איז באשאפן געווארן פון ערד, דעריבער איז דער מאן אזוי ווי ערד; אזוי ווי ווען מען גיסט וואסער אויף ערד ווערט עס ווייך, די זעלבע זאך, ווען מען גיסט גוטע ווערטער אויפן מאן, מען רעדט שיין צו אים, מען קוקט אים ארויף, ווערט ער ווייך און מען קען ביי אים אלעס פועל'ן.


ווען איר צינדט אן די שבת ליכט, בעטס פונעם אייבערשטן אז איר מיט אייער מאן זאלן זיך פארשטיין; בלייבט שטיין ביי די שבת ליכט, נעמט נישט אראפ אייערע הענט פון פנים און בעט:


"רבונו של עולם! העלף מיר איך זאל האבן א שיינע לעבן מיט מיין מאן, העלף אז מיר זאלן זיך פארשטיין אין זיך ליב האבן איינעם דעם צווייטן. העלף מיר איך זאל רעדן שיין צו מיין מאן, איך זאל קיינמאל נישט שרייען אויף אים און איך זאל אים נישט וויי טון. הייליגער באשעפער, העלף מיר אז מיין מאן זאל מיך אויסהערן ווען איך רעדט צו אים, מיין מאן זאל מיר ווייזן אז ער האט מיר ליב, ער זאל ווייזן אינטערעסע אין מיר און ער זאל מיר קיינמאל נישט טשעפען.


הייליגער באשעפער! איך בענק מיך צוריק צו מיינע יארן נאך די חתונה ווען מיר האבן געלעבט אזוי גליקליך, איך ווייס נישט וואס עס האט פאסירט לעצטנס, מיר האלטן זיך אין איין קריגן, העלף מיר טאטע זיסער עס זאל זיין שלום צווישן אונז".


איך האב אייך געשריבן בלויז אפאר ווערטער וואס צו בעטן, אבער דער עיקר זאלט איר אליינס בעטן וואס ליגט אייך אנגעלייגט אויפן הארץ, וועט איר זוכה זיין צו לעבן אזוי ווי נאך ענקער חתונה - און נאך בעסער.


איך זאג אייך נאכאמאל: אז איר וועט שרייען אויף אייער מאן וועט די מצב נאר ערגער ווערן, אבער אז איר וועט רעדן שיין צו אים וועט ער ליב האבן צו שמועסן מיט אייך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט לעבן בשלום איינער מיטן צווייטן.