תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
ברוך ה' אז דער מצב מלחמה דא אין ארץ ישראל איז יעצט בחסד וברחמים, איך בעט אבער דעם אייבערשטן אז עס זאל אויך נישט זיין קיין שרעק. איך בין א מאמע פון קליינע קינדער קע"ה, און ווען עס פלאצט באמבעס, עס ברעכן אויס גרויסע פייערס, עס פליען מיליטערישע עראפלאנען, ספעציעל אום ערב שבת ויום טוב און אום יום טוב, און אין נאך פארשידענע צייטן, פיל איך זיך ווי אן אנדערע סארט מענטש; מיין געדולד און שמחה איז היבש שוואכער, איך עס ווייניגער, איך האב נישט קיין אפעטיט, איך וויל זאכן ווייניגער, און איך האב א לחץ פון וואס עס קען ווייטער פאסירן.
די ניסים איז אין לשער, אבער פסח זענען געפאלן אסאך באמבעס; די טעג ארום ל"ג בעומר, און שבועות צופרי, האט געפיפן עטליכע סיירינען, און אסאך שרעקעדיגע באמבעס. מיין קליינער אינגל קוקט מיר אן און וויינט, מיין קליינע טאכטער איז נישט רואיג. אסרו חג האט געפיפן זיבן מאל אין איין שעה, מיט שטארקע באמבעס; און מיינע קינדער זענען דעמאלט געווען אונטערוועגנס אין שטאט.
איך שפיר אז איך בין נישט די זעלבע ווי אמאל, בפרט נאך לעכט צינדן און שבת נאכמיטאג, וואס דעמאלט ווער איך זייער נערוועז.
וואס קען איך טון? איך שטארק זיך מיט תפילה, מיט נעגל וואסער, מיט אני מאמין, און מיט תהילים, אבער איך טראכט שוין אז אפשר איז כדאי זיך אוועקצוציען צו אן אנדערע שטאט, מען רעדט אז די מלחמה וועט זיך ציען פאר דריי יאר רחמנא ליצלן.
איך וועל זיך פרייען צו באקומען חיזוק.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום א' פרשת שלח, י"ז סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
עס איז נישטא וואו צו אנטלויפן, נאר צום אייבערשטן און צו די תורה. טוט די עצה וואס די פייגל האט געטון; חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (שמות רבה כז, ג): עס איז געווען א פייגל וואס מען האט איר געזוכט צו כאפן, וואו זי איז נאר געגאנגען - איז מען איר נאכגעלאפן, זי האט זיך באהאלטן אין אלע סארט פלעצער, אבער איבעראל זענען געקומען די פאנגערס איר טשעפען, איז די פייגל אויפגעקומען מיט א געדאנק: 'איך וועל זיך באהאלטן אינעם פאלאץ פונעם קעניג, ווייל דארט וועט קיינער זיך נישט טרויען צו קומען שיסן אויף מיר'.
נעמט דעם תהלים און זינגט די לידער פון דוד המלך, ווי ער זינגט צו זיך (תהילים סא, ה): "אֶחֱסֶה בְסֵתֶר כְּנָפֶיךָ סֶּלָה" איך טו זיך באהאלטן אונטער דיינע פליגלען; דוד המלך האבן אלע געוואלט הרג'ענען, מען האט געשאסן אויף אים אלע סארט באמבעס, דוד המלך האט זיך באהאלטן ביים אייבערשטן (שם יח, ג): "ה' סַלְעִי" דער אייבערשטער איז מיין פעלז, "וּמְצוּדָתִי" און מיין פעסטונג, "וּמְפַלְטִי" און מיין רעטער, "אֵלִי" דער אייבערשטער, "צוּרִי" איז מיין פעלז, "אֶחֱסֶה בּוֹ" איך טו זיך ביי אים באשיצן, "מָגִנִּי" מיין פּאַנצער, "וְקֶרֶן יִשְׁעִי, מִשְׂגַּבִּי" און מיין שטארקער באשיצער.
עס איז זייער וויכטיג עס זאל שפילן הויך פרייליכע ניגונים אין שטוב, בעיקר ניגוני אמונה, דאס וועט האלטן די קינדער רואיג. אזוי ווי די קולות פון די ערעפלאנען און באמבעס - דערשרעקן, אזוי איז פארקערט, פרייליכע לידער פון אמונה – בארואיגן; עס געבט כח און נעמט אוועק אלע שרעק.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.