תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין א מאמע פון א קינדער געבענטשטע פאמיליע, איך פרוביר זיך צו האלטן צו א ביליגע סטאנדארט, צו קויפן די ביליגסטע, און אפילו נעמען גענוצטע וועש פון אנדערע, און ווען עס קומט חול המועד גייען מיר נאר צו פשוטע פלעצער צו פארברענגען. ווידער מיינע שוועסטער און שוועגערנס האלטן זיך זייער הויך, זיי קויפן אלץ טייערע זאכן, און מ'גייט אויף ווייטע און טייערע אויספלוגן.
איך וויל וויסן אויב דאס וועט נישט שאטן פאר מיינע קינדער, וועלכע קענען שפירן אז זיי זענען בא'עוול'ט געווארן, זיי זענען די 'נעבעכס', זיי באקומען נישט אזויפיל ווי זייערע קאזינס.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג פסח, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד מרת ... תחי'.
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
וואויל איז אייך אז איר ציט אויף אייער משפחה איידל און באשיידן וכו'.
וויסן זאלט איר, די קינדער וואס מען צערטעלט זיי (ספוילט), מען טוט זיי אן ווי קעניגן און מען טראגט זיי חול המועד האלטן אויף די זון אין די לבנה וכו' – אויף זיי איז א גרויסער רחמנות, ווייל געבן פאר די קינדער אלעס וואס זיי ווילן און אלעס וואס זיי חלומ'ען דאס מאכט זיי פאר א נעבעך.
געבן פאר די קינדער אלעס וואס זיי בעטן וכו' - איז א פוילער וועג אין חינוך; עלטערן כאפן זיך נישט אז דאס אנטון די קינדער מיט די טייערסטע קליידער און מיט די נייסטע מאדעס - וועט זיי שפעטער קאסטן א טייערע פרייז.
קינדער דארפן גארנישט, קינדער דארפן נאר איין זאך: "א ווארעמע שטוב"; קינדער וואס האבן א ווארעמע שטוב, זיי וואקסן אויף אין א שטוב וואו די עלטערן האבן זיך ליב, וואו די עלטערן זענען זיך מכבד איינער דעם צווייטן - די קינדער קענען נישט ווערן קיין נעבעכ'ס. קינדער וואס מען רעדט שיין צו זיי, מען דערנידערט זיי נישט, מען שרייט נישט אויף זיי - די וואקסן אויף געזונט.
דעריבער זאלט איר נישט מורא האבן ווייטער מחנך צו זיין אייערע קינדער פשוט און ביליג און איר זאלט נישט קוקן נישט אויף א צווייטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:): "כֵּיוָן שֶׁנִּצְטָרֵך אָדָם לַבְּרִיוֹת, פָּנָיו מִשְׁתַּנּוֹת כִּכְּרוּם", ווען א מענטש קוקט אויף א צווייטן, מען וויל געפעלן א צווייטן, ווערט ער אזוי ווי א קאלירטע פייגל וואס טוישט יעדן טאג איר קאליר, ווייל ער דארף פאר יעדן איינעם אנדערש אויסקוקן און מען האט נישט קיין לעבן; דער וואס זוכט נאר צו געפעלן א צווייטן דער איז דער נעבעך, אבער ווען מען לעבט פארן אייבערשטן, ווען מען לעבט פאר זיך - דעמאלט לעבט מען א גוט לעבן.
נאכאמאל, קיינער זאל אייך נישט איינרעדן אז אויב איר וועט נישט געבן פאר די קינדער דאס טייערסטע און דאס בעסטע וכו' וכו' וועלן זיי שפעטער זאגן אז מען האט זיי בא'עוולה'ט; פארקערט, די אלע וואס שרייען אז מען האט זיי גארנישט געגעבן וכו' - זיי קומען פון שטובער וואס מען האט זיי באמת געפייניגט, פארשעמט און גע'רודפ'ט, דאס באדערט זיי.
דער עיקר דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו ערליכע קינדער; בפרט היינטיגע טעג וואס עס בוזשעוועט א שטורעם ווינט און רייסט אויס יונגע און אלטע ביימער, מענטשן פאלן אוועק פון דער אמונה, מענטשן פאלן אוועק פון דרך התורה, דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדן קינד באזינדער און מען דארף אסאך פארברענגען מיט זיי.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.