תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב געהערט א שיעור פון אייך אז מ'קען דערקענען דאס יראת שמים פון א בחור אויף זיין דאווענען, אויב ער דאווענט אויף איין פלאץ און ער קוקט אריין אין סידור.
האב איך געוואלט צולייגן אויף א הערה, אז ווען דער לב שמחה פון גור זי"ע איז אריין מיט זון, דער היינטיגער גורער רבי שליט"א, פאר זיין בר מצוה צו נעמען א ברכה פון הרה"ק רבי אהרן מבעלז זי"ע, האט דער הייליגער בעלזער רב אנגעזאגט דעם בחור אז ער זאל אלעמאל מקפיד זיין אויף דריי זאכן. איינס, צו שטיין אויף איין פלאץ ביים דאווענען פון אנהויב ביז'ן סוף, צווייטנס, נישט צו רעדן קיין דברים בטלים מיט די תפלין, דריטנס, צו דאווענען אינעווייניג אין סידור. און מ'קען טאקע זען ביז'ן היינטיגן טאג ווי דער גורער רבי שליט"א רירט זיך נישט אוועק פון פלאץ דעם גאנצן דאווענען, און ער דאווענט אלעמאל נאר אינעווייניג אין סידור.
איינמאל בין איך געווען ביי אים אין שול פרייטאג צו נאכטס ביים דאווענען, און די עלעקטער האט זיך פלוצלינג פארלאשן, האט איך געזען ווי ער האט געהאלטן די סידור הויך אויף א וועג אז ער זאל קענען זען אביסל דורך די לעקטער וואס האט אביסל אריינגעשיינט פון אינדרויסן, אלעס אז ער זאל קענען אריינקוקן אינעווייניג אין סידור.
א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק.
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת תולדות, כ"ז מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
מוהרא"ש פלעגט שטענדיג רעדן און מעורר זיין אז מען זאל דאווענען נאר אין א סידור און מען זאל שטיין אויף איין פלאץ ביים דאווענען. יעדעס מאל מען איז געקומען צו מוהרא"ש פרעגן אויף א שידוך פלעגט מוהרא"ש זאגן מען זאל נאכקוקן דעם בחור ווי אזוי ער דאווענט, אויב דאווענט ער אויף איין פלאץ און ער דאווענט אין א סידור איז א סימן ער איז אן ערליכער בחור.
אז מען דאווענט אויסענווייניג איז אפגערעדט אז מען קען נישט אינזין האבן, נאר אפילו די ווערטער זאגט מען נישט, מען פארט אריין פון איין שטיקל דאווענען צום צווייטן. צדיקים האבן געטייטשט דאס וואס שטייט אין די מגילה (אסתר ט, כה): "אָמַר עִם הַסֵּפֶר, יָשׁוּב מַחֲשַׁבְתּוֹ הָרָעָה"; אז מען דאווענט אין א סידור איז דאס א סגולה אז מען זאל מכוון זיין די פירוש המילות און אלע פרעמדע מחשבות זאלן אוועק גיין, אזוי אויך ברענגט דער הייליגער רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו (צעטל קטן, סימן יא) אז ווען מען דאווענט זאל מען דאווענען אויף איין פלאץ אין א סידור, דאס איז מסוגל צו קענען מכוון זיין די פירוש המילות.
אינטערעסאנט צו הערן דאס וואס דו דערציילסט פון הייליגן בעלזער רב זכותו יגן עלינו; מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט (רגעי מוהרא"ש, סעיף קטן י) אז פאר זיין בר מצוה האט אים זיין מאמע עליה השלום גענומען צום בעלזער רב נעמען א ברכה, (ווייל זיין טאטע, דער טאקייער רב זכרונו לברכה האט זיך דאן געפונען אין אמעריקע מיט זיין עלטסטער זון, און מוהרא"ש איז געבליבן אליינס מיט זיין מאמע אין ארץ ישראל בשעת זיין בר מצוה) ער האט געבענטשט מוהרא"ש און אים אנגעזאגט דריי זאכן: א - ער זאל נישט רעדן מיט די תפילין; ב - ער זאל זיך נישט ארום דרייען ביים דאווענען; ג – ער זאל זייער אכטונג געבן אויף א גוף נקי (ער האט אים געזאגט בזה הלשון: "ווען מען רייניגט זיך דארף מען נוצן אסאך פאפיר"; ער האט איבער געזאגט אפאר מאל "אסאך פאפיר"), און ער האט אויסגעפירט: "אויב דו וועסט דאס מקיים זיין וועסטו אויסוואקסן א גדול בישראל".
דער אייבערשטער זאל אונז העלפן בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פארן אייבערשטן אז מיר זאלן האבן שפע ברכה והצלחה.