שאלה אין קורצן ענין
#1 - ציילן ספירה פאר'ן סדר אדער נאכ'ן סדר?
מנהגים, פסח, ספירה, סדר נאכט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


זאל איך ציילן ספירה נאכ'ן דאווענען, אזוי ווי מען פירט זיך אין ברסלב, אדער אזוי ווי מיינע עלטערן ארויסצוגיין נאכ'ן סדר אין שול און דארט ציילן מיט מנין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


בנוגע ווען צו ציילן ספירה; דאס וואס מען ציילט ספירה אין היכל הקודש נאך מעריב איז ווייל מוהרא"ש האט חושש געווען אז מענטשן שלאפן איין אינמיטן סדר און מען פארגעסט צו ציילן ספירה, און מען פאלט שוין ארויס פון די מצות עשה פון תמימות, און אויך ווייל דער רש"ש זאגט אז על פי סוד דארף מען ציילן פארן סדר; אבער נישט אז דאס איז מנהג ברסלב. אז דיינע עלטערן פירן זיך צו ציילן נאכן סדר אז עס זאל נישט זיין תרתי דסתרי לויט די המשכת המוחין וכו' - קענסטו זיך אזוי פירן, דעביד - כמר עביד, ודעביד - כמר עביד, ביידע שיטות זענען הייליג; עס זענען געווען פון די הייליגע תלמידי בעל שם טוב וואס האבן געציילט נאכן דאווענען, פארן מאכן דעם סדר, און עס זענען געווען הייליגע תלמידי בעל שם טוב וואס האבן געציילט נאכן סדר.


דארפסט זיך נישט מבלבל זיין פון דעם, בלייב מיט ענקער גוטע מנהג, דער עיקר זאלסטו געדענקען אז מען הייבט אן ציילן די ניין און פערציג טעג זיבן מאל זיבן, אזוי ווי שבעה נקיים, זיבן ריינע טעג וואס מען ציילט איידער מען גייט זיך מטהר זיין, און ווען מיר ציילן די ספירה טעג גרייטן מיר זיך אן צו זיין גרייט אויף יום טוב שבועות, צו מקבל זיין די תורה, און מיר דארפן וויסן אז יעדן טאג איז א טאג, און אויף יעדן טאג וועלן מיר דארפן אפגעבן א באריכט וואס מיר האבן געטון אין יענעם טאג, און אז יעדן טאג קען מען זוכה זיין צו ווערן נענטער און נענטער צום אייבערטשן און צו די תורה.



דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.