שאלה אין קורצן ענין
#1 - קביעת עתים אויף א פונקטליכער מינוט? וויפיל מוז מען ארבעטן? מעג מען מפרסם זיין סיומים?
לימוד התורה, פרנסה, סיום, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר דעם וואס איר געבט די געלעגנהייט אייך צו קענען פרעגן שאלות, און פאר די הערליכע קלארע תשובות בטוב טעם ודעת.


איך האב געוואלט פרעגן עטליכע זאכן. איינס לגבי קביעת עתים לתורה, אויב דאס דארף זיין ממש אויף די זעלבע צייט יעדן טאג א גאנץ יאר, וואס דאס איז שווער מקיים צו זיין ווייל ס'דא צייטן וואס ס'ווערט פריער נאכט, און אנדערע צייטן ווערט שפעטער נאכט, און אויך איז דא שבתים וימים טובים וואס מ'קען אין די צייט זיין פארנומען מיט סעודות אדער דאווענען וכדומה.


צווייטנס האב איך געוואלט פרעגן אויב איינער וואס ארבעט שוין 50 שעה א וואך, אבער ער מאכט נישט גענוג געלט צו דעקן אלע הוצאות, צי ער איז מחיוב מצד די כתובה ומצד די חיוב צו שפייזן די קינדער און צאלן שכר לימוד, צו ארבעטן מער שעות.


אויך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס שטייט אין שלחן ערוך (או''ח סימן תקס''ה וביו''ד סימן רמ''ט סי''ג) אז מ'זאל נישט מפרסם זיין אז מ'האט געפאסט אדער אז מ'האט געגעבן צדקה, אויב אזוי צי מעג מען מפרסם זיין אז מ'האט געענדיגט א מסכת, אדער אז מ'האט געענדיגט אזויפיל און אזויפיל מאל משניות?


א גרויסן יישר כח פאר אלעס, עקיבא

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד עקיבא נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיטן אייבערשטנס הילף וועל איך דיר ענטפערן על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון.


בענין קביעות עתים לתורה; דער רבי האט אמאל געפרעגט א איד צי ער לערנט יעדן טאג, האט דער איד געענטפערט דעם רבי'ן אז ער האט נישט קיין צייט צו לערנען, ווייל ער איז פאריאגט און פארפלאגט, ער מוטשעט זיך זייער צו ברענגען פרנסה פאר זיין ווייב און קינדער, און ער האט ממש נישט קיין צייט צו לערנען. האט אים דער רבי געזאגט: אפילו דו ארבעטסט א גאנצן טאג און דו קענסט זיך נישט קובע זיין א באשטימטע צייט צו לערנען, דאך זאלסטו זען ארויס צו כאפן יעדן טאג אביסל צייט צו לערנען תורה. דער רבי זאגט אז דאס איז פשט וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לא.) אז ווען א מענטש קומט ארויף אויף יענע וועלט פרעגט מען אים: "קָבַעְתָּ עִתִּים לַתּוֹרָה?" בפשטות זעט אויס אז מען פרעגט דעם מענטש צי ער האט באשטימט א צייט יעדן טאג צו לערנען, אבער דער רבי טייטשט אנדערש, אז מען פרעגט אים צי ער האט אראפ גע'גנב'עט צייט צו לערנען תורה יעדן טאג טראץ זיינע שוועריקייטן און איבערגייעכץ, ווייל קֶבַע איז א לשון פון גְּזֵלָה, אזוי ווי עס שטייט (משלי כב, כג) "וְקָבַע אֶת קֹבְעֵיהֶם נָפֶשׁ", זעט מען אז דאס איז א לשון פון גנב'נען; דאס מיינט מען צו פרעגן דעם מענטש: "קָבַעְתָּ עִתִּים לַתּוֹרָה?" צי ער האט ארויס געכאפט פון זיין פארנומענעם טאג אפאר מינוט צו לערנען תורה (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רפד).


אז מען לערנט אויפן "סדר דרך הלימוד" פון הייליגן רבי'ן - לערנט מען א גאנצן טאג; ווען מען האט א ליידיגע מינוט כאפט מען אריין אביסל תורה. אפילו מען ארבעט ביטער שווער האלט מען שטענדיג מיט זיך א זעקל ספרים וואס ענטהאלט א חומש'ל, א משניות'ל, א תהלים'ל וכו' און ווען מען האט אן איבעריגע מינוט כאפט מען אריין אביסל גוטס, מען איז מקיים דעם "קָבַעְ"תָּ עִתִּים לַתּוֹרָה" - מען גנב'ט צייט צו לערנען, דאס קען יעדער איינער באווייזן.


אז דו וועסט נאכקוקן ווי אזוי די ברסלב'ע חסידים פירן זיך וועסטו זען ווי מען קען ארבעטן און אין די זעלבע צייט זיין דבוק צום אייבערשטן; א ברסלב'ער חסיד גייט שטענדיג מיט א זעקל ספרים, אזוי אז עס איז נישט דא ביי אים קיין ביטול הזמן - אדער לערנט מען, אדער רעדט מען צום אייבערשטן, אדער איז מען עוסק אין הפצה - מען איז מקרב נאך א איד צום אייבערשטן.


א ברסלב'ער חסיד איז אמאל געפארן מיט א וואגן פיל מיט סחורה צו א יריד; אינמיטן וועג האט זיך אראפ געלאזט א שטארקע רעגן און ער האט נישט געקענט ווייטער פארן, האט ער זיך אפגעשטעלט, אויסגעשפרייט א דעכל און זיך געזעצט לערנען זיינע שיעורים קבועים. אינמיטן איז ר' נתן דורך געפארן און ער האט געזען ווי דער איד זיצט דארט און לערנט זיינע שיעורים מיט א חיות און א געשמאק, און ער האט זייער הנאה געהאט. שפעטער האט ר' נתן געזאגט: "איך האב געזען אויף דעם איד ווי ער האט זייער הנאה געהאט אז עס רעגנט, ווייל אזוי האט ער געקענט לערנען זיינע שיעורים כסדרן און נישט געדארפט ארבעטן".


בענין פרנסה וכו'; דער מאן דארף וויסן אז ער האט אונטער געשריבן ביי די חופה אין די כתובה: "אֲנָא אֵיזִן, וְאוֹקִיר, וְאֶפְלַח לֵכִי", איך וועל דיר שפייזן וכו', דעריבער דארף ער טון אלעס אויף דער וועלט צו שפייזן זיין ווייב און קינדער אז ער זאל חס ושלום נישט אריין פאלן אין חובות; די ערשטע זאך דארף מען צאלן דירה געלט, ווייל אויב מען צאלט נישט קיין רענט וועט מען נישט האבן קיין דאך איבערן קאפ. דעריבער האט מוהרא"ש אונז געזאגט אז דאס ערשטע פלאץ וואו די געלט דארף גיין איז פאר רענט; רענט קומט פאר עסן און פאר אלעמען. נאכדעם דארף מען צאלן לעקטער, געז, גראסערי וכו' וכו', און אז מען ארבעט נישט פאלט מען אריין אין חובות השם ישמרינו ויצילינו, און איינמאל מען האט חובות איז מען שוין נישט דער מענטש וואס מען איז באמת, מען האט שוין נישט קיין מח, מען איז א נצרך לבריות, נאכדעם קען מען נישט דאווענען און נישט לערנען און דער לעבן ווערט אויס.


פאלג דעם רבי'ן וועסטו האבן שפע; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סט): "עִיקָר הָעֲשִׁירוּת בָּאָה בִּזְכוּת הָאִשָּׁה", דער עיקר עשירות קומט בזכות וואס מען איז מכבד די ווייב; אז דו וועסט פרייליך מאכן דיין ווייב און דו וועסט איר מכבד זיין, וועסטו זוכה זיין צו האבן פרנסה בריווח. אז מען קריגט זיך אין שטוב, מען האט נישט קיין געדולד צו זיין אין שטוב, און מען זוכט אלץ תירוצים צו בלייבן אינדרויסן מיט חברים וכדומה - דעמאלט פארלירט מען די געלט.


בענין צי מען זאל מפרסם זיין ווען מען ענדיגט א מסכתא; עס ווענדט זיך פארוועם מען איז דאס מפרסם, אז א ראש ישיבה וויל אריין ברענגען א חשק אין אנדערע תלמידים איז זיכער גוט דאס צו מפרסם זיין, יעדע סיום פון די תלמידים, אזוי ווי מיר געפונען אין די גמרא (שבת קיח:): אביי האט געזאגט: "תֵּיתֵי לִי, דְּכִי חֲזִינָא צוּרְבָא מֵרַבָּנָן דְשָׁלִים מְסֶכְתֵּיהּ, עֲבִידְנָא יוֹמָא טָבָא לְרַבָּנָן", זאגט רש"י אויפן פלאץ: אביי איז געווען א ראש ישיבה און יעדעס מאל א תלמיד האט מסיים געווען א מסכתא, האט אביי געמאכט א סעודה און זיך זייער געפריידט. ער האט געזאגט: "תֵּיתֵי לִי", זאל מיר קומען שכר אויף דעם וואס איך פלעג זיך מיט פרייען מיט יעדע סיום פון מיינע תלמידים כדי אריין צו ברענגען אין זיי א חשקת התורה.


אזוי אויך אז מען איז מסיים א מסכתא איז א גרויסע מצוה דאס צו מודיע זיין פאר די עלטערן; דאס איז די גרעסטע כיבוד אב ואם - ווען עלטערן זעען ווי זייער קינד לערנט פלייסיג. און זיכער דארף מען דאס מודיע זיין פאר די אייגענע קינדער, ווייל קינדער מאכן נאך זייערע עלטערן; קינדער וואס וואקסן אויף אין א שטוב וואו דער טאטע לערנט, זיי האלטן מיט יעדעס מאל ווען דער טאטע מאכט א סיום - וועלן זיי דאס נאכמאכן. עס איז נישט דא א גרעסערע זאך אין חינוך ווי ווייזן א לעבעדיגע ביישפיל; קינדער וואס וואקסן אויף מיט א טאטע וואס לערנט און מאכט סיומים וועלן זיי דאס נאכטון.


אזוי אויך אז מען האט א חבר וכו' און מען זעט ווי יענער דריידט זיך ביי א רבי א יאר צוויי דריי וכו' וכו' און ער לערנט נישט, פון יאר צו יאר עפענט ער נישט קיין אידיש ספר, מעג מען אים אויך זאגן: "דו ווייסט, איך האב זוכה געווען צו לערנען און מסיים זיין כך וכך מאל ששה סדרי משנה"; "איך האב זוכה געווען צו לערנען און ענדיגן כך וכך מאל גאנץ ש"ס", דאס קען יענעם אויפוועקן פון זיין שלאף ער זאל טראכטן "וואו בין איך אויף דער וועלט?" "וואס טו איך אויף דער וועלט?" "וואס באקום איך פון מיין רבי?" "פארוואס לויף איך נאך א מענטש וואס קען מיר נישט נאנט ברענגען צום אייבערשטן?"


איך האף דו וועסט ארויס נעמען פון דעם בריוו שכל צום לעבן.