שאלה אין קורצן ענין
#8 - קביעת עתים אויף א פונקטליכער מינוט? וויפיל מוז מען ארבעטן? מעג מען מפרסם זיין סיומים?
לימוד התורה, פרנסה, סיום, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר דעם וואס איר געבט די געלעגנהייט אייך צו קענען פרעגן שאלות, און פאר די הערליכע קלארע תשובות בטוב טעם ודעת.


איך האב געוואלט פרעגן עטליכע זאכן. איינס לגבי קביעת עתים לתורה, אויב דאס דארף זיין ממש אויף די זעלבע צייט יעדן טאג א גאנץ יאר, וואס דאס איז שווער מקיים צו זיין ווייל ס'דא צייטן וואס ס'ווערט פריער נאכט, און אנדערע צייטן ווערט שפעטער נאכט, און אויך איז דא שבתים וימים טובים וואס מ'קען אין די צייט זיין פארנומען מיט סעודות אדער דאווענען וכדומה.


צווייטנס האב איך געוואלט פרעגן אויב איינער וואס ארבעט שוין 50 שעה א וואך, אבער ער מאכט נישט גענוג געלט צו דעקן אלע הוצאות, צי ער איז מחיוב מצד די כתובה ומצד די חיוב צו שפייזן די קינדער און צאלן שכר לימוד, צו ארבעטן מער שעות.


אויך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס שטייט אין שלחן ערוך (או''ח סימן תקס''ה וביו''ד סימן רמ''ט סי''ג) אז מ'זאל נישט מפרסם זיין אז מ'האט געפאסט אדער אז מ'האט געגעבן צדקה, אויב אזוי צי מעג מען מפרסם זיין אז מ'האט געענדיגט א מסכת, אדער אז מ'האט געענדיגט אזויפיל און אזויפיל מאל משניות?


א גרויסן יישר כח פאר אלעס, עקיבא

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד עקיבא נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיטן אייבערשטנס הילף וועל איך דיר ענטפערן על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון.


בענין קביעות עתים לתורה; דער רבי האט אמאל געפרעגט א איד צי ער לערנט יעדן טאג, האט דער איד געענטפערט דעם רבי'ן אז ער האט נישט קיין צייט צו לערנען, ווייל ער איז פאריאגט און פארפלאגט, ער מוטשעט זיך זייער צו ברענגען פרנסה פאר זיין ווייב און קינדער, און ער האט ממש נישט קיין צייט צו לערנען. האט אים דער רבי געזאגט: אפילו דו ארבעטסט א גאנצן טאג און דו קענסט זיך נישט קובע זיין א באשטימטע צייט צו לערנען, דאך זאלסטו זען ארויס צו כאפן יעדן טאג אביסל צייט צו לערנען תורה. דער רבי זאגט אז דאס איז פשט וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לא.) אז ווען א מענטש קומט ארויף אויף יענע וועלט פרעגט מען אים: "קָבַעְתָּ עִתִּים לַתּוֹרָה?" בפשטות זעט אויס אז מען פרעגט דעם מענטש צי ער האט באשטימט א צייט יעדן טאג צו לערנען, אבער דער רבי טייטשט אנדערש, אז מען פרעגט אים צי ער האט אראפ גע'גנב'עט צייט צו לערנען תורה יעדן טאג טראץ זיינע שוועריקייטן און איבערגייעכץ, ווייל קֶבַע איז א לשון פון גְּזֵלָה, אזוי ווי עס שטייט (משלי כב, כג) "וְקָבַע אֶת קֹבְעֵיהֶם נָפֶשׁ", זעט מען אז דאס איז א לשון פון גנב'נען; דאס מיינט מען צו פרעגן דעם מענטש: "קָבַעְתָּ עִתִּים לַתּוֹרָה?" צי ער האט ארויס געכאפט פון זיין פארנומענעם טאג אפאר מינוט צו לערנען תורה (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רפד).


אז מען לערנט אויפן "סדר דרך הלימוד" פון הייליגן רבי'ן - לערנט מען א גאנצן טאג; ווען מען האט א ליידיגע מינוט כאפט מען אריין אביסל תורה. אפילו מען ארבעט ביטער שווער האלט מען שטענדיג מיט זיך א זעקל ספרים וואס ענטהאלט א חומש'ל, א משניות'ל, א תהלים'ל וכו' און ווען מען האט אן איבעריגע מינוט כאפט מען אריין אביסל גוטס, מען איז מקיים דעם "קָבַעְ"תָּ עִתִּים לַתּוֹרָה" - מען גנב'ט צייט צו לערנען, דאס קען יעדער איינער באווייזן.


אז דו וועסט נאכקוקן ווי אזוי די ברסלב'ע חסידים פירן זיך וועסטו זען ווי מען קען ארבעטן און אין די זעלבע צייט זיין דבוק צום אייבערשטן; א ברסלב'ער חסיד גייט שטענדיג מיט א זעקל ספרים, אזוי אז עס איז נישט דא ביי אים קיין ביטול הזמן - אדער לערנט מען, אדער רעדט מען צום אייבערשטן, אדער איז מען עוסק אין הפצה - מען איז מקרב נאך א איד צום אייבערשטן.


א ברסלב'ער חסיד איז אמאל געפארן מיט א וואגן פיל מיט סחורה צו א יריד; אינמיטן וועג האט זיך אראפ געלאזט א שטארקע רעגן און ער האט נישט געקענט ווייטער פארן, האט ער זיך אפגעשטעלט, אויסגעשפרייט א דעכל און זיך געזעצט לערנען זיינע שיעורים קבועים. אינמיטן איז ר' נתן דורך געפארן און ער האט געזען ווי דער איד זיצט דארט און לערנט זיינע שיעורים מיט א חיות און א געשמאק, און ער האט זייער הנאה געהאט. שפעטער האט ר' נתן געזאגט: "איך האב געזען אויף דעם איד ווי ער האט זייער הנאה געהאט אז עס רעגנט, ווייל אזוי האט ער געקענט לערנען זיינע שיעורים כסדרן און נישט געדארפט ארבעטן".


בענין פרנסה וכו'; דער מאן דארף וויסן אז ער האט אונטער געשריבן ביי די חופה אין די כתובה: "אֲנָא אֵיזִן, וְאוֹקִיר, וְאֶפְלַח לֵכִי", איך וועל דיר שפייזן וכו', דעריבער דארף ער טון אלעס אויף דער וועלט צו שפייזן זיין ווייב און קינדער אז ער זאל חס ושלום נישט אריין פאלן אין חובות; די ערשטע זאך דארף מען צאלן דירה געלט, ווייל אויב מען צאלט נישט קיין רענט וועט מען נישט האבן קיין דאך איבערן קאפ. דעריבער האט מוהרא"ש אונז געזאגט אז דאס ערשטע פלאץ וואו די געלט דארף גיין איז פאר רענט; רענט קומט פאר עסן און פאר אלעמען. נאכדעם דארף מען צאלן לעקטער, געז, גראסערי וכו' וכו', און אז מען ארבעט נישט פאלט מען אריין אין חובות השם ישמרינו ויצילינו, און איינמאל מען האט חובות איז מען שוין נישט דער מענטש וואס מען איז באמת, מען האט שוין נישט קיין מח, מען איז א נצרך לבריות, נאכדעם קען מען נישט דאווענען און נישט לערנען און דער לעבן ווערט אויס.


פאלג דעם רבי'ן וועסטו האבן שפע; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סט): "עִיקָר הָעֲשִׁירוּת בָּאָה בִּזְכוּת הָאִשָּׁה", דער עיקר עשירות קומט בזכות וואס מען איז מכבד די ווייב; אז דו וועסט פרייליך מאכן דיין ווייב און דו וועסט איר מכבד זיין, וועסטו זוכה זיין צו האבן פרנסה בריווח. אז מען קריגט זיך אין שטוב, מען האט נישט קיין געדולד צו זיין אין שטוב, און מען זוכט אלץ תירוצים צו בלייבן אינדרויסן מיט חברים וכדומה - דעמאלט פארלירט מען די געלט.


בענין צי מען זאל מפרסם זיין ווען מען ענדיגט א מסכתא; עס ווענדט זיך פארוועם מען איז דאס מפרסם, אז א ראש ישיבה וויל אריין ברענגען א חשק אין אנדערע תלמידים איז זיכער גוט דאס צו מפרסם זיין, יעדע סיום פון די תלמידים, אזוי ווי מיר געפונען אין די גמרא (שבת קיח:): אביי האט געזאגט: "תֵּיתֵי לִי, דְּכִי חֲזִינָא צוּרְבָא מֵרַבָּנָן דְשָׁלִים מְסֶכְתֵּיהּ, עֲבִידְנָא יוֹמָא טָבָא לְרַבָּנָן", זאגט רש"י אויפן פלאץ: אביי איז געווען א ראש ישיבה און יעדעס מאל א תלמיד האט מסיים געווען א מסכתא, האט אביי געמאכט א סעודה און זיך זייער געפריידט. ער האט געזאגט: "תֵּיתֵי לִי", זאל מיר קומען שכר אויף דעם וואס איך פלעג זיך מיט פרייען מיט יעדע סיום פון מיינע תלמידים כדי אריין צו ברענגען אין זיי א חשקת התורה.


אזוי אויך אז מען איז מסיים א מסכתא איז א גרויסע מצוה דאס צו מודיע זיין פאר די עלטערן; דאס איז די גרעסטע כיבוד אב ואם - ווען עלטערן זעען ווי זייער קינד לערנט פלייסיג. און זיכער דארף מען דאס מודיע זיין פאר די אייגענע קינדער, ווייל קינדער מאכן נאך זייערע עלטערן; קינדער וואס וואקסן אויף אין א שטוב וואו דער טאטע לערנט, זיי האלטן מיט יעדעס מאל ווען דער טאטע מאכט א סיום - וועלן זיי דאס נאכמאכן. עס איז נישט דא א גרעסערע זאך אין חינוך ווי ווייזן א לעבעדיגע ביישפיל; קינדער וואס וואקסן אויף מיט א טאטע וואס לערנט און מאכט סיומים וועלן זיי דאס נאכטון.


אזוי אויך אז מען האט א חבר וכו' און מען זעט ווי יענער דריידט זיך ביי א רבי א יאר צוויי דריי וכו' וכו' און ער לערנט נישט, פון יאר צו יאר עפענט ער נישט קיין אידיש ספר, מעג מען אים אויך זאגן: "דו ווייסט, איך האב זוכה געווען צו לערנען און מסיים זיין כך וכך מאל ששה סדרי משנה"; "איך האב זוכה געווען צו לערנען און ענדיגן כך וכך מאל גאנץ ש"ס", דאס קען יענעם אויפוועקן פון זיין שלאף ער זאל טראכטן "וואו בין איך אויף דער וועלט?" "וואס טו איך אויף דער וועלט?" "וואס באקום איך פון מיין רבי?" "פארוואס לויף איך נאך א מענטש וואס קען מיר נישט נאנט ברענגען צום אייבערשטן?"


איך האף דו וועסט ארויס נעמען פון דעם בריוו שכל צום לעבן.

#7 - ווען מ'מאכט א סיום פון זאגן משניות, דארף מען זאגן דעם "הדרן עלך"?
לימוד התורה, סיום, סדר דרך הלימוד, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים און די שאלות ותשובות, דאס ראטעוועט מיר ממש דאס לעבן, דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער די כוחות אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט.


איך וואלט געוואלט פרעגן אויב ווען מ'זאגט משניות דארף מען אויך מאכן א געהעריגע סיום, און זאגן דעם הדרן עלך, אדער נאר אויב מען לערנט געהעריג משניות דארף מען מאכן א סיום. און אויך אויב מען מאכט א סיום אויף יעדע סדר משניות, אדער נאר ווען מ'ענדיגט גאנץ ששה סדרי משנה.


ש'כח נאכאמאל, רפאל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, כ' סיון, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד רפאל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס מיינט לערנען געהעריג? ווען הייסט געהעריג געלערנט און ווען הייסט נישט געהעריג געלערנט?


דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן מו): "אֲנִי יָכוֹל לְהַרְאוֹת לַלַּמְדָן הַגָּדוֹל שֶׁבַּגְּדוֹלִים שֶׁעֲדַיִן אֵינוֹ יָכוֹל לִלְמֹד כְּלָל וְאֵינוֹ יוֹדֵעַ כְּלָל", איך קען ווייזן פארן גרעסטן למדן אז ער קען נישט לערנען, און ווייסט בכלל נישט וואס מיינט לערנען, "וְכֵן לְהֶפֶךְ, אֲנִי יָכוֹל לְהַרְאוֹת לְהַקְּטַנִּים שֶׁקְּרוֹבִים לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וּלְהַתּוֹרָה וְכוּ'", און אזוי אויך פארקערט, איך קען ווייזן פארן קלענסטן מענטש אז ער איז זייער נאנט צום אייבערשטן און צו די תורה.


אז מען איז זוכה און מען איז מסיים א סדר משניות איז דאס זייער א גרויסע זאך, דאס בלייבט מיטן מענטש אויף אייביג און נאר דאס וועט מען מיט נעמען אויף יענע וועלט, נישט קיין חילוק צי מען האט פארשטאנען וואס מען האט געלערנט אדער מען האט געלערנט אן פארשטיין. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "וְדַע שֶׁלֶּעָתִיד מַזְכִּירִין אֶת הָאָדָם כָּל מַה שֶּׁלָּמַד, אַף אִם שָׁכַח", אויף יענע וועלט דערמאנט מען די נשמה אלעס וואס זי האט געלערנט און פארגעסן, "גַּם בְּנֵי אָדָם הַשּׁוֹמְעִים הַתּוֹרָה שֶׁל הַצַּדִּיק הָאֱמֶת וְאֵינָם מְבִינִים אוֹתָהּ", אזוי אויך, אויב מען האט נישט פארשטאנען וואס מען לערנט, "לֶעָתִיד - בָּעוֹלָם הַבָּא - יָבִינוּ", וועט מען אויף יענע וועלט זוכה זיין דאס צו פארשטיין, "כִּי עִקַּר הַתּוֹרָה הִיא לְהַנְּשָׁמוֹת", ווייל דער עיקר וואס מען לערנט תורה איז פאר די נשמה, "שֶׁבָּעוֹלָם הַבָּא יִהְיוּ הַנְּשָׁמוֹת בְּקִיאִים וּמַשִּׂיגִים הֵיטֵב אֶת הַתּוֹרָה שֶׁלָּמַד וְשָׁמַע הָאָדָם בָּעוֹלָם הַזֶּה", אז אויף יענע וועלט זאלן די נשמות פארשטיין די תורה וואס זיי האבן געלערנט אויף דער וועלט, "אַשְׁרֵי הַמְבַלֶּה יָמָיו בְּתוֹרָה וַעֲבוֹדָה הַרְבֵּה", וואויל איז דער מענטש וואס פארברענגט זיינע טעג און יארן מיט תורה און מיט עבודת השם.


בנוגע צו זאגן דעם "הַדְרָן עֲלָך" מיט די תפילות וכו'; דער רבי האט דערציילט (שבחי הר"ן, סימן י) אז ווען ער איז געווען יונג האט ער געזוכט אין אלע ספרים וואו עס איז דא תפילות, בקשות און תחינות. דער רבי האט געזאגט: "שֶׁכָּל הַמִּינֵי בַּקָּשׁוֹת שֶׁבָּעוֹלָם שֶׁנִּמְצָאִים בְּאֵיזֶה סֵפֶר שֶׁיִּהְיֶה הַמָּצוּי בֵּינֵינוּ, הַכֹּל כַּאֲשֶׁר לַכֹּל, לֹא הִנִּיחַ שׁוּם תְּחִנָּה וּבַקָּשָׁה שֶׁלּא אֲמָרָהּ כַּמָּה וְכַמָּה פְּעָמִים", יעדע תפילה און בקשה וואס איז דא אין ספרים האט דער רבי געזאגט זייער אסאך מאל, "הֵן תְּהִלִּים, וְסֵפֶר שַׁעֲרֵי צִיּוֹן, וְהַבַּקָּשׁוֹת הַנִּדְפָּסִים בְּהַסִּדּוּרִים הַגְּדוֹלִים וּשְׁאָר מִינֵי בַּקָּשׁוֹת וּתְחִנּוֹת", סיי תהילים, סיי די תפילות פון ספר שערי ציון, און אלע תפילות וואס זענען געדרוקט אין די גרויסע סידורים, "וַאֲפִילּוּ הַתְּחִנּוֹת הַנִּדְפָּסִים בִּלְשׁוֹן אַשְׁכְּנַז", אזוי אויך די אידישע תחינות, "כֻּלָּם לֹא הִנִּיחַ מִלְּאָמְרָם", קיין שום תפילה האט ער נישט אויסגעלאזט, אדרבה ער האט געזוכט ווי מער צו זאגן און בעטן דעם אייבערשטן אז ער וויל זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, צו לערנען וכו'. און ר' נתן פירט אויס די שיחה: "וְזֶהוּ הָעִקָּר, מַה שֶּׁהוֹעִיל לוֹ לִזְכּוֹת לְמַה שֶּׁזָּכָה", דורך דעם האט ער זוכה געווען צו וואס ער האט זוכה געווען.


דעריבער אז מען איז זוכה און מען איז מסיים א סדר משניות אדער א מסכתא אין ש"ס, איז זיכער גוט מען זאל זיך אויסבעטן ביים אייבערשטן: "לָא נִתֽנַשֵׁי מִינָךְ סֵדֶר ... וְלֹא תִּתֽנַשִׁי מִינַן, לָא בְּעָלְמָא הָדֵין וְלֹא בְּעָלְמָא דְאַָתֵי", איך זאל דיר נישט אפלאזן, און דו זאלסט מיר נישט אפלאזן - נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט; נאכדעם בעט מען דעם אייבערשטן: "הַעֲרֵב נָא ה' אֱלֹקֵינוּ, אֶת דִּבְרֵי תּוֹרָתְךָ בְּפִינוּ וּבְפִיפִיּוֹת עַמְּךָ בֵּית יִשְׂרָאֵל", מאך זיס די תורה פאר מיר, פאר מיינע קינדער און פאר גאנץ כלל ישראל. און מען בעט דעם אייבערשטן: "יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ יְיָ אֱלֹקַי, כְּשֵׁם שֶׁעֲזַרְתַּנִי לְסַיֵּם סֵדֶר ... כֵּן תַּעַזְרֵנִי לְהַתְחִיל מַסֶּכְתּוֹת וּסְפָרִים אֲחֵרִים וּלְסַיְּמָם, לִלְמֹד וּלְלַמֵּד לִשְׁמֹר וְלַעֲשׂוֹת וּלְקַיֵּם אֶת כָּל דִּבְרֵי תַלְמוּד תּוֹרָתְךָ בְּאַהֲבָה, וּזְכוּת כָּל הַתַּנָּאִים וְאָמוֹרָאִים וְתַלְמִידֵי חֲכָמִים יַעֲמֹד לִי וּלְזַרְעִי שֶׁלֹּא תָמוּשׁ הַתּוֹרָה מִפִּי וּמִפִּי זַרְעִי וְזֶרַע זַרְעִי עַד עוֹלָם", איך בעט דיר אייבערשטער, אזוי ווי דו האסט מיר געהאלפן אז איך האב מסיים געווען ... אזוי זאלסטו מיר העלפן איך זאל זוכה זיין אנצוהייבן נאך שיעורים און זיי ענדיגן, איך זאל זוכה זיין צו לערנען די הייליגע תורה און אויך צו לערנען מיט אנדערע, און איך זאל זוכה זיין אפצוהיטן די תורה. און אין די זכות פון אלע תנאים און אמורים און תלמידי חכמים זאל איך און מיינע קינדער לערנען די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - זאל איך מאכן א גרויסע סיום ביים ענדיגן די פערטע מאל ש"ס?
כיבוד אב ואם, משפחה, סיום, סיום הש"ס, גמרא

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ברוך ה' זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס, צום פערטן מאל.


איך האב געוואלט פרעגן וואס איך זאל מאכן פאר די סיום? זאל איך מאכן עפעס קליין ביי מיר אינדערהיים, אדער איז יא כדאי צו מאכן עפעס גרעסער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תולדות, כ"ט מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו לערנסט די הייליגע תורה, דו לערנסט גמרא, און דו האלסט שוין ביי די פערטע מאל ענדיגן גאנץ תלמוד בבלי.


מאך א סיום אין שטוב מיט דיין ווייב און קינדער, דאס וועט אריינלייגן אין זיי א חשק צו לערנען תורה. זיי וועלן געדענקען זייער גאנץ לעבן אז לערנען איז גוט, לערנען איז טייער, זיי וועלן אויך לערנען און מאכן סיומים.


אויך קענסטו רופן דיינע עלטערן, דאס וועט זיי צוגעבן געזונט. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן מב): "בָּנִים הַטּוֹבִים, רְפוּאָה גְּדוֹלָה לָאָבוֹת", גוטע קינדער מאכט געזונט די עלטערן; ווען עלטערן זעען די קינדער לערנען און פירן זיך מיט יראת שמים - דאס געבט זיי צו א שטיק געזונט, דאס איז די גרעסטע כיבוד אב ואם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - ווי אזוי זאגט מען דעם הדרן, ווען מען ענדיגט א מסכתא צוויי מאל?
סיום, גמרא

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב מען ענדיגט א מסכתא צוויי מאל אויפאמאל, למשל אז איך לערן יעדע בלאט צוויי מאל, אויב דארף מען זאגן צוויי מאל הדרן עלך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תולדות, כ"ח מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו לערנסט פלייסיג די הייליגע תורה, די הייליגע גמרא, און דו האסט זוכה געווען צו מסיים זיין די מסכתא.


מוהרא"ש ברענגט פון פריערדיגע אז "מסכת" איז די אותיות: "כ"ת ס"מ", מיטן לערנען גמרא און מאכן א סיום אויף א מסכתא איז מען מכניעה זיין כח; ווייל די סטרא אחרא און די קליפות ווערן אויס דורך לימוד התורה, בפרט לימוד גמרא. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ 'לִילִית'", תלמוד באטרעפט אזוי ווי די קליפה וואס ווארפט אראפ דעם מענטש אין פגם הברית רחמנא לצלן, תלמו"ד באטרעפט פיר הונדערט אכציג און די קליפה לילי"ת באטרעפט אויך פיר הונדערט אכציג, "עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", אז מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה.


מען קען זאגן "הדרן עלך מסכת ... ב' פעמים", אדער קען מען צוויי מאל מסיים זיין די מסכתא און באזונדער זאגן די תפילה פון הדרן עלך, און אזוי אויסרייסן די טומאה וואס וויל נישט מען זאל מאכן א סיום, אזוי ווי עס איז מרומז אין זיין טמא'נע נאמען: ס'יום מ'סכת א'ין ל'עשות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - א סיום אין די ניין טעג אויף א מסכתא וואס מען האט נאר געזאגט?
לימוד התורה, סיום, סדר דרך הלימוד, בין המצרים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


שוין יארן וואס איך זאג פאר מיין ווייב אז איך גיי מאכן א סיום אויף א מסכתא אין די ניין טעג, און אזוי וועלן מיר קענען עסן א פליישיגע סיום סעודה, דערווייל האב איך אבער נאכנישט געהאט די זכי' צו מאכן אמאל א סיום אויף א מסכתא.


לעצטנס האב איך זיך אנגעשטויסן אין די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, און איך בין געוואויר געווארן פונעם סדר דרך הלימוד, אז אנשטאט זיך מוטשען און נישט פארשטיין וואס מען לערנט, קען מען זאגן די ווערטער און עס איז פונקט אזוי חשוב, און איך האב עס אנגעהויבן צו טון, ממילא וועל איך דאס יאר אי"ה שוין קענען מאכן א סיום, אדער אפילו מערערע סיומים.


איך האב אבער געוואלט פרעגן אויב אויף א סיום מסכתא וואס מען האט נאר געזאגט, אויב מען מעג פאר דעם מאכן א פליישיגע סיום אין די ניין טעג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נשא ב', ט' סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו לערנסט די הייליגע תורה אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו). אין אנהויב איז דאס נישט גרינג, אבער מיט דער צייט באקומט מען א טעם, מען הויבט אן שפירן א זיסקייט, אז מען דארף שוין גארנישט; מען דארף נישט קיין שכר, מען וויל נאר נאך און נאך לערנען.


דער רבי האט אמאל געפרעגט איינעם (שיחות הר"ן, סימן יז): "מַדּוּעַ לֹא תִּלְמַד", פארוואס לערנסטו נישט? "מַה תַּפְסִיד בָּזֶה, הֲלֹא תְּקַבֵּל עוֹלָם הַבָּא עַל הַלִּמּוּד", אז דו וועסט לערנען וועסטו נישט דערלייגן, דו וועסט באקומען עולם הבא, "וְאֵין צָרִיךְ לוֹמַר, כְּשֶׁהַתּוֹרָה מַרְאָה אַהֲבָה לְאֶחָד, אָז אֵין רוֹצֶה כְּלָל עוֹלָם הַבָּא, רַק שֶׁרוֹצֶה אֶת הַתּוֹרָה בְּעַצְמָהּ", אפגערעדט ווען די תורה וועט זיך ארויסווייזן פאר דיר, זי וועט דיר ווייזן ליבשאפט - וועסטו שוין גארנישט וועלן, דו וועסט מער נישט דארפן שכר, וועסט נאר וועלן נאך און נאך לערנען.


בנוגע עסן פלייש אין די ניין טעג; מוהרא"ש זאגט, כדאי הוא בית אלוקינו נישט צו עסן פלייש די פאר טעג, אפילו מיט א סיום און אפילו מען האט דאס געלערנט מיט הבנה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#3 - וואס טו איך אז דער מלמד מאכט חוזק פון מיין זון אז ער זאגט משניות?
חינוך הילדים, קינדער, תפילה והתבודדות, היכל הקודש, סיום, מוסדות, מלמדים, סדר דרך הלימוד, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ווייס נישט ווי אזוי צו שרייבן און ווי אזוי צו פרעגן, וועל איך אנהויבן מיט די מעשה.


איך קום אהיים איין טאג, מיין ווייב זעט אויס אינגאנצן דערשראקן, און זי דערציילט מיר אז אונזער אינגל האט געזאגט אז ער וויל מער נישט מאכן זיינע סיומים משניות אין חדר, זי האט אים פרובירט אסאך אויסצופרעגן און פארשטיין וואס עס שטערט אים, ביז ער האט ענדליך דערציילט אז זיין מלמד טשעפעט אים כסדר וועגן די משניות, צום ביישפיל קען ער זאגן, "א קינד וואס זאגט משניות קען נישט דאווענען הויך?", אדער "ווייל דו זאגסט משניות, דארפסטו שוין נישט לערנען?", און דאס גלייכן נאך אסאך, און פארשטייט זיך אז דאס אלעס איז ברבים אין פארנט פון אלע קינדער אין קלאס.


איך ציטער זייער וואס וועט זיין מיט אונזערע קינדער, אויב גייט עס ווייטער אזוי אן וועט דאס קינד שוין נישט וועלן מער אנקוקן דעם משניות, שוין אפגערעדט אז ער קען נאך באקומען שלעכטע קאשמארן פונעם משניות, חס ושלום. און בכלל אלע לימודים וואס מיר זענען זוכה צו באקומען פון הייליגן רבי'ן, פון מוהרא"ש, און פון ראש ישיבה, וועט נישט נעמען צו לאנג חס ושלום ביז ער וועט זיך אנהויבן שעמען מיט דעם.


פארשטייט זיך אז מיר זענען אים כסדר מחזק און מעודד, מיר זענען אבער זייער באזארגט ווי אזוי דאס וועט גייט ווייטער, ווי לאנג קען מען אזוי אנגיין? מיר ציטערן אז ער וועט זיך אנהויבן שעמען מיט אומאן, מיט הפצה, און אזוי ווייטער.


איך בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן אז אונזערע קינדער זאלן אויך זוכה זיין צו לעבן דעם זיסן לעבן וואס מיר באקומען פון הייליגן רבי'ן, אויפ'ן וועג פון מוהרא"ש און דער ראש ישיבה. וואס זאלן מיר טון? דער ראש ישיבה שליט"א זאל אונז ביטע ארויסהעלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי אריבער צום מלמד, רעד צו אים. הויב אן מיט גוטנס, זאג אים ווי צופרידן דו ביסט און ווי שטארק דיין זון האט ליב צו קומען אין חדר. פרעג אים צי ער איז צופרידן פון דיין זון, און אזוי זאלסטו אריינגיין אין א שמועס מיט אים; אז דיין זון האט א געפיל אין זאגן משניות, און אז ביי דיר אין שטוב איז דאס די וועג, אויב ער קען אים מחזק זיין און אים אויפהייבן, און חס ושלום נישט צעקלאפן.


פרעג אים אויב עס שטערט אים אז דיין זון זאגט משניות. זאג אים אז דיין זון קומט אהיים לעצטנס אז דער מלמד זאגט אים יעדעס מאל עפעס א טשעפע אויף משניות, בעט אים ער זאל מער נישט טשעפען. פרעג אים אויב ער וויל דערמאנען דיין זון צו לערנען, אויב ער קען דאס זאגן אן אוועק מאכן דאס זאגן משניות; אזוי וועט ער אויפהערן טשעפען דיין זון.


אויך זאלסטו מאכן די סיומים פון דיין קינד אין שטוב אדער מיט חברים תלמידי היכל הקודש, ווייל די וועלט האט נישט קיין השגה אינעם דרך הלימוד פון רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), און נישט אלע מלמדים זענען מחנכים; עס זענען דא מלמדים וואס וועלן נאר אויסלויבן די קינדער אויב זיי טוען וואס זיי זאגן און וואס זיי האלטן וכו', אויב דער קינד וועט האבן א מנהג טוב פון שטוב וואס דער מלמד פירט זיך נישט - וועט ער דאס אוועקמאכן, דעריבער איז בעסער אז דו זאלסט אויסלויבן דיין קינד אין שטוב.


מן הסתם האסטו געזען וואס מיר טוען אין אומאן ערב ראש השנה, מיר נעמען אלע קינדער וואס האבן געלערנט און מען געבט זיי כבוד, מען געבט זיי די הרגשה אז אלע פאטשן, אלע קלאפן פאר זיי; אזוי באקומען זיי א חשק צו לערנען און מסיים זיין. איך טו דאס אין אומאן ווייל דארט קומען אלע אנשי שלומינו, אויך די וואס שיקן נישט די קינדער אין ברסלב, און די וואס וואוינען אין פלעצער וואו עס איז ביז דערווייל נאכנישט דא קיין מוסדות; כדי צו מחזק זיין אלע קינדער מיט'ן סדר דרך הלימוד.


בעט דעם אייבערשטן אז דיינע קינדער און אלע דיינע דורות זאלן האבן א געפיל אין הייליגן רבי'ן און זיין ערליכע אידן. מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו ערליכע קינדער; נאר תפילה און התבודדות איז די עצה פאר גוטע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - זאל איך נאכאמאל ענדיגן ש"ס, אדער נאך א מסכתא 101 מאל?
לימוד התורה, סיום, סיום הש"ס, יונגע יארן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך באדאנקען פאר די שיעורים, ס'איז מיר ממש מחיה, יישר כח.


ברוך ה' איך האב מסיים געווען 101 מאל מסכת תענית און 101 מסכת חגיגה, און איך גיי אם ירצה ה' ענדיגן די אנדערע וואך די 15'טע מאל משניות.


איך וויל פרעגן אויב איך זאל נעמען נאך א מסכתא און איבערגיין 101 מאל, אדער זאל איך אנהייבן נאכאמאל ש"ס? איך וויל ענדיגן א צווייטע מאל ש"ס פאר איך ווער פערצן יאר אלט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו ביסט זוכה צו לערנען תורה, דו נוצט אויס דיינע יונגע יארן, האסט מסיים געווען צוויי מסכתות מאה פעמים ואחד, בנוסף - דיינע אנדערע שיעורים; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט בלייבן שטארק נישט אפצולאזן דיין התמדה דיין גאנץ לעבן, זאלסט בלייבן צוגעקלעבט צו די תורה אויף אייביג.


אויף דיין פראגע וואס דו זאלסט ענדערש טון, לערנען נאכאמאל ש"ס אדער נעמען א דריטע מסכתא און דאס לערנען און חזר'ן מאה פעמים ואחד; ביידע וועגן איז גוט, עס איז גוט דו זאלסט גיין צו א דריטע מסכתא און דאס איבערגיין הונדערט און איין מאל, אויך איז גוט זאלסט ענדיגן נאכאמאל ש"ס; דעריבער זאלסטו טון וואס עס ציט דיר מער, אויב ציט דיר יעצט צו ענדיגן ש"ס א צווייטע מאל זאלסטו דאס טון.


געב אכטונג נישט צו האבן צו טון מיט לצים; טענה נישט מיט קיינעם, דו טו וואס דער רבי האט אונז געזאגט, לערן גמרא כסדרן אפילו בלי הבנה כלל; די בלעטער גמרא וועט דיר ברענגען צו ווערן א גרויסער צדיק.


חכמינו הקדושים זאגן (שבת קו:): "גְּמָרָא גְמוֹר זְמוּרְתָּא תְּהֵא"; טייטשן די צדיקים: "גְּמָרָא גְמוֹר" – דורך זאגן גמרא, דעמאלט "זְמוּרְתָּא תְּהֵא" - פארשניידט מען אלע קליפות וואס ווילן שלעכטס טון פאר די נשמה הקדושה, "זְמוּרְתָּא תְּהֵא" איז דער לשון פון "לְזַמֵּר אֶת כָּל הֶעָרִיצִים וּלְהַכְרִית אֶת כָּל הַקּוֹצִים הַסּוֹבְבִים אֶת הַשּׁוֹשַׁנָּה הָעֶלְיוֹנָה", וואס דאס גייט ארויף אויף נשמות ישראל, ווען מען לערנט תורה ווערן אלע קליפות פארברענט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1 - מעג קויפן איך אן איינטריט קארטל צום סיום מיט מעשר געלט ?
סיום, צדקה, מעשר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל וויסן צי איך מעג קויפן אן איינטריט קארטל צום סיום מסכת שבת דעם קומענדיגן זונטאג פרשת ראה הבעל"ט מיט מעשר געלט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מעשר געלט דארף גיין פאר עניים, פאר ארעמעלייט; מען קען נישט נוצן מעשר געלט פאר סתם זאכן.


אז דו האסט נישט קיין געלט זאלסטו בלייבן אין שטוב און מיט האלטן די סיום און די שיעורים אויפ'ן טעלעפאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.