שאלה אין קורצן ענין
#1 - איך קען אליין רוימען די אויפגעווארפענע מיסט, פארוואס מאכן מחלוקת?
מחלוקת, מדות טובות, ריינקייט, שטעטל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר זענען ברוך השם זייער צופרידן און פרייליך אז מיר האבן די זכות צו וואוינען דא אינעם הייליגן שטעטל, וואו מען לעבט מיט'ן אייבערשטן.


ס'האט היינט עפעס פאסירט וואס איך וויל אויף דעם הדרכה עס זאל נישט ווערן קיין מחלוקת. איך האב פיינט מחלוקת און איך וויל נישט עס זאל חלילה ווערן, און איך וויל זיכער נישט האבן קיין חלק אין דעם.


פון מאל צו מאל קומען בערן אדער אנדערע חיות און דרייען איבער די גארבעדזש און מאכן א גרויסע איבערקערעניש און שמוץ, עס האט שוין פאסירט ביי אונז א פאר מאל. די לעצטע צוויי מאל וואס ס'איז געשען האב איך נישט גוט געפילט און איך האב עס נישט געקענט אליינס רייניגן, און מיין מאן איז ברוך ה' זייער פארנומען און עס איז נישט געווארן אפגערייניגט גלייך. בערך א טאג און א האלב איז אריבער באפאר מיר האבן געהאט א געלעגנהייט עס צו רייניגן.


די לעצטע מאל ווען דאס האט פאסירט, באקומט מיין מאן א טעקסט מעסעדזש אינמיטן טאג פון איינע פון די חברי הנהלה וואס שטייט "גארבעדזש", מיין מאן שיקט צוריק "וואס איז מיט דעם?", ענטפערט ער, "עס איז דא גארבעדזש אין פארנט פון דיין הויז", מיין מאן ענטפערט צוריק, "מיינסטו אז איך ווייס נישט??" און ער ענטפערט, "ביטע רוימט עס אויף". ס'האט אונז אמת'דיג געשטערט, פאר צוויי סיבות. ערשטנס, אויב מ'האט עפעס צו זאגן, זאג עס שיין, מ'קען קיינמאל נישט וויסן וואס יענער גייט דורך און די וועג ווי אזוי ער האט עס געשריבן האט אונז זייער וויי געטון. די צווייטע סיבה איז ווייל מיר האבן געשפירט אז ער מישט זיך אריין אין אונזער לעבן, אז א האלבע טאג גייט אריבער און די גארבעדזש איז נישט אויפגערוימט מיינט נישט אז מיר גייען עס נישט טון. ס'שטערט אונז זייער שטארק ווען ס'איז דא אן איבערקערניש אין פארנט פון אונזער הויז און מיר דארפן נישט איינער זאל קומען אונז זאגן עס אויפצורוימען, מיר פארשטייען אז ס'קען ארויסקומען א שאדן ווען די גוים וועלן באשולדיגן אלע אידישע איינוואוינער צוליב איין מענטש'ס גארבעדזש וואס א בער האט באשלאסן צו מאכן דערפון א פיינע סעודה, אבער איז דאס דען גענוג א סיבה זיך אריינצומישן אין אן אנדערן מענטש'ס פריוואטע לעבן?!


אבער, אונז האבן עס אראפגעשלינגען און ווייטער געגאנגען. למעשה, היינט איז עס נאכאמאל געשען, א בער האט געמאכט א חורבן פון די גארבעדזש נעכטן נאכט, און מיר האבן נישט געהאט קיין געלעגנהייט עס צו רייניגן ביז די קינדער זענען שוין געווען אין בעט ביינאכט, געווענליך וואלט איך געבעטן די קינדער זאלן עס טון, אבער דאס מאל איז עס ממש געווען אויפ'ן גאס, און עס איז געווען א סכנה פאר זיי. אינדערפרי, ממש געציילטע שעות נאכדעם וואס דער בער האט אלעס איבערגעדרייט, האט דער אינגערמאן נאכאמאל אונז געטעקסט, "ביטע רוימט אויף די גארבעדזש", אפשר איז עס נאריש, אבער ס'האט אונז אמת'דיג געשטערט, ער האט נישט קיין וועג צו וויסן אז ווען ער האט געשיקט יענע טעקסט בין איך געווען אין בעט מיט פיבער, עס שטערט אונז זייער אז ער מישט זיך אריין אין אונזער לעבן, אפילו מיר פארשטיין אז ער טוט עס פאר די טובה פון די שטעטל.


איך האב אים אנגערופן און אים באדאנקט פאר אלעס וואס ער טוט, און געבעטן שיינערהייט אז ער זאל ביטע מער נישט שיקן אזעלכע מעסעדזשעס, מיר וועלן רייניגן אונזער גארבעדש אין די ערשטע געלעגנהייט מיט אדער אן זיין טעקסט, און ס'איז נישטא קיין סיבה צו טשעפען. ער האט געזאגט אז ער טוט עס פאר די קהילה לשם שמים און ער באקומט גארנישט פון דעם און ער שפירט אז ס'איז פאר די טובה פון די קהילה אז ער זאל יא שיקן די טעקסטס, ער האט אויך געזאגט אז עס מאכט א גרויסע חילול השם ווען די גוים זעען עס. ווען איך האב אים געזאגט אז ס'טוט אונז זייער וויי ווען ער שיקט עס, האט ער געזאגט אז אויב מיר ווילן קען ער בעטן א צווייטן אז יענער זאל שיקן די טעקסט, איך האב אבער נישט דאס געמיינט, איך האב אים געזאגט "איך האב גערופן בעטן אז מען זאל מער נישט שיקן אזעלכע טעקסטס", זאגט ער מיר, "דאס קען איך נישט טון. איך טו עס לשם שמים פאר די טובת הכלל און ס'איז נישטא פארוואס צו מאכן אזא מצב פון דעם, מען דארף פשוט אויפהויבן די גארבעדזש און נישט מאכן קיין דראמא", איך האב אראפגעלייגט דעם טעלעפאן צעמישט און פארווייטאגט, "חילול השם" און "טון לשם שמים" זענען היתרים צו וויי טוהן אן אנדערן מענטש?!


איך פרוביר זיך צו דערמאנען און געדענקען אז אלעס איז פונעם אייבערשטן, אבער דער אמת איז אז איך קען נישט אויפהערן איבערצוטראכטן די גאנצע מעשה נאכאמאל און נאכאמאל, ער האט אונז אמת'דיג וויי געטון, עס שפירט אזוי ווי איינער לייגט אריין זיין נאז אין אונזער פענסטער צו זען וואס מיר טוען, עס איז נישט קיין גוטע געפיל אז איינער זאל אונז נאכלויפן צו טון זאכן וואס מיר ווייסן אליין אז מיר דארפן עס טון און מיר וועלן סיי ווי עס טון גלייך ווען מיר קענען, און נאך מער אז מען זאגט עס נישט שיין.


איך שפיר זיך באמת שלעכט צו שטערן דעם ראש ישיבה שליט"א מיט אזעלכע מעשיות, די איינציגסטע סיבה פארוואס איך שרייב איז ווייל איך וויל נישט עס זאל זיין שווערע געפילן צווישן אנשי שלומינו, און זיכער נישט אויב איך בין א חלק דערפון חס ושלום, איך האב פיינט מחלוקת און איך בעט דעם אייבערשטן זייער אסאך אז איך זאל נישט טראכטן שלעכטס אויף קיינעם. אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א אונז ארויסהעלפן?


יישר כח פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט פאר אונז אלעמאל.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תצא, ד' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך ווייס אייך נישט וואס צו ענטפערן, אויב מען רופט אייך פון די הנהלה ענק זאלן צוזאמנעמען די גארבידזש הייסט מחלוקות - ווייס איך נישט וואס צו זאגן... ווי קומט אריין מחלוקות? ווי קומט אריין אריינשטעקן די נאז ביי יענעם אין פענסטער? מיר קוקן נישט אריין אין אייער פענסטער קוקן ווי אזוי די שטוב ביי אייך זעט אויס און מיר זאגן נישט וועגן די גראז ארום אייער שטוב, אויב עס איז דא דארט מיסט; מיר בעטן סך הכל, נעמט צוזאמען די גארבידזש פון די שאסיי.


אז מען שטייט אויף אינדערפרי און מען זעט א בער האט איבערגעדרייט די מיסט און עס איז ארומגעווארפן ארום די שאסיי - איז נישטא קיין 'גיין אין שול דאווענען', נישטא קיין 'גיין ארבעטן', נישטא די תירוצים 'שפעטער' 'באלד' 'מארגן', נישטא גארנישט; מען איז מחויב צוזאמצונעמען די מיסט, און אויב מען טוט דאס נישט - איז מען גורם שאדן פאר אונז אלע. די גוים די שכינים האבן אויף אונז קיין איין שלעכט ווארט צו זאגן - ביז ריינקייט, זיי שיקן ארום בילדער, זיי פארשעמען אונז אויף סאושעל מידיע, אז די אידן זענען שמוציג; דאס איז דאך א ווארט וואס מען זאגט אויף אידן, 'שמוציגע', און זיי ווייזן בילדער, זיי זאגן אז מיר ברענגען דא חיות, און ווען מיר דארפן נושא חן זיין ביי זיי צו באקומען רשות פאר די עתיד פון שטעטל, צו בויען מוסדות וכו' - זאגן זיי: "קודם נעמט צוזאמען אייער מיסט", זיי פארשעמען אונז.


'ביטע נעמט צוזאמען די מיסט' - איז מחלוקות? 'ביטע נעמט צוזאמען די מיסט' - איז א זאך וואס איך וואלט אויך געשריבן, און ווען איך וואלט געוואוסט וואס טוט זיך ביי אייך היינט - וואלט איך אהינגעפארן דאס צוזאמנעמען.


איך בין געווען אפאר וואכן צוריק אויפן וועג צו די חדר, די מלמדים האבן געווארט אויף מיר, און איך פאר אריבער א שטוב וואו דער בער האט אויסגעווארפן די מיסט אויפן שאסיי, האב איך אלעס אפגעשטעלט און איך האב דאס אלעס צוזאמגענומען. פארשטייט זיך מענטשן זענען אריבערגעפארן און געזען ווי דער ראש ישיבה נעמט צוזאמען מיסט, האבן זיי זיך אלע אפגעשטעלט מיר העלפן, האב איך זיי געזאגט: "יעצט געב איך נישט אוועק די מצוה, אז איר ווילט מיר העלפן קענט איר דאס טון איידער איך טו דאס".


זייט מיר מוחל, איך זע נישט דא קיין מחלוקות, איך זע נישט דא קיין אריינשטעקן די נאז ביי יענעם. די חברי הנהלה זענען טייערע אינגעלייט וואס ארבעטן פיר און צוואנציג שעה בלי גוזמא פאר דער עתיד פון די שטעטל, זיי מאכן גארנישט פון דעם, מען האט אויף זיי נאר טענות. ווען אלע גייען אהיים נאך א טאג ארבעט פארברענגען מיט די ווייב און קינדער - זענען זיי פארנומען מיט השתדלות ביי אלע אפיסעס; איך אליינס טו נישט אזוי סאך ווי זיי טוען פאר אונז.


'ביטע נעמט צוזאמען די מיסט' - איז נישט געשריבן? עס איז די שענסטע וועג ווי אזוי מען קען יענעם העלפן. איין זאך טראכט איך, איך וועל זיי בעטן זיי זאלן ענדערש אנרופן דעם מענטש - ווי שרייבן א מעסעדזש, ווייל א מעסעדזש קען מען ליינען אויף צוויי וועגן; אויב דער מענטש איז נערוועז און אנגעצויגן - ליינט מען דאס נעגעטיוו, כאילו איינער טיילט מיר איין וואס צו טון, און אויב מען איז אין א גוטע גיסטע, מען טראכט גוט, מען טראכט 'קוק ווי שיין די שטעטל פירט זיך, מען זארגט פאר אונזער טובה, מיר זאלן נישט פארשעמט ווערן פון צווישן די גוים און אויך צווישן אנשי שלומינו, מען דערמאנט אונז אזוי שיין אז מען זאל צוזאמנעמען די מיסט', איז אפשר זאל מען ענדערש אנרופן יענעם.


איך וויל זייער די בריוו זאלן אלע ליינען און אלע זאלן וויסן אז אויב עס איז שמוציג אויפן שאסיי - איז דאס א געפערליכע זאך, מען פארשעמט זיך און מען פארשעמט אלעמען. אפילו אידן וואס פארן אריבער זאגן: "ברסלב'ע שמוציגע מענטשן", קיינער ווייסט נישט אז מענטשן אין שטוב האבן פיבער וכו' וכו', די פלעק בלייבט.


אויב די מיסט איז אויסגעשפרייט ביי א משפחה וואס פירן זיך ערליך, דער מאן לערנט און דאווענט און די ווייב גייט אנגעטון בצניעות - איז די אחריות פי כמה, ווייל אלע זאגן 'קוק אן די מענטשן ווי זיי פירן זיך'.


איך בעט אייך זייער, קיינער מאכט נישט קיין מחלוקות און קיינער זוכט ענק נישט איינצוטיילן ווי צו לעבן; געבט אכטונג אויף אונזער נאמען עס זאל נישט ווערן פארשעמט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.